די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן אין ארץ־ישׂראל אויפֿגעפֿלאַקערט מאַסן־פּראָטעסטן פֿון עטיאָפּישע ייִדן, וואָס באַשולדיקן די פּאָליציי אין ראַסיסטישער דיסקרימינאַציע.
די עיקר־סיבה פֿון די אומרוען דערמאָנט אין דער אַמעריקאַנער פּראָטעסט־באַוועגונג „שוואַרצע לעבנס זענען טײַער‟ (Black Lives Matter). אין ביידע פֿאַלן האָט אַ פּאָליציאַנט אויסגענוצט, לויט די דעמאָנסטראַנטן, אַן אומבאַרעכטיקטן גוואַלד־כּוח, און דערשאָסן אויף טויט אַן אומבאַוואָפֿנטן שוואַרץ־הויטיקן בחור. אין די נײַעס־באַריכטן ווערט אָבער זעלטן דערמאָנט אַן אַנדער טרויעריקע צרה פֿון דער עטיאָפּישער עדה: איר אָנגייענדיקע אַסימילאַציע.
די אייגנאַרטיקע עדה רעדט אויף אַמהאַריש — דאָס צווייט־גרעסטע לשון פֿון 22 מיליאָן תּושבֿים פֿון עטיאָפּיע. אַן אַנדער גרופּע רעדט אויף טיגריניע — אויך אַ פֿאַרשפּרייטע שפּראַך. אין דער ייִדישער ריידשפּראַך בײַ ביידע גרופּעס טרעפֿן זיך זייער ספּעציפֿישע טערמינען. אַ שול, למשל, הייסט בײַ זיי אַ „בית־מקדש‟ אָדער אַ „מסגיד‟ – אַ וואַריאַנט פֿונעם זעלביקן וואָרט, ווי דאָס אַראַבישע „מאַסדזשיד‟, אַ מעטשעט. צום באַדויערן, זענען צוויי אוניקאַלע ייִדיש־עטיאָפּישע דיאַלעקטן שוין כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן: קײַלע און קוואַרענע.
אַנשטאָט רבנים, האָבן די עטיאָפּישע ייִדן אַ גאַנצע היעראַרכיע פֿון גײַסטיקע מנהיגים. די העכסטע צווישן זיי זענען די מאָנאַכן, וואָס האָבן פֿאַרבראַכט דאָס גאַנצע לעבן אָפּגעזונדערט פֿון אַנדערע, צוליב זייער באַזונדערער קדושה, צוגרייטניק זייער אייגן עסנוואַרג און דאַוונענדיק אַ גאַנצן טאָג. צווישן אַנדערע פֿונקציעס, האָבן זיי באַדינט די קהילה מיטן קרבן־פּסח.
דער לעצטער עטיאָפּיש־ייִדישער מאָנאַך אין ארץ־ישׂראל איז ניפֿטר געוואָרן אָנהייב די 2000ער יאָרן. צוליב דער נעגאַטיווער באַציִונג מצד אַנדערע ייִדן, אַרײַנגערעכנט דעם נײַעם דור עטיאָפּישע ייִדן, וואָס באַטראַכט די מסורה פֿון זייערע באָבע־זיידעס ווי „גוייִשקייט‟, איז די אוניקאַלע מאָנאַכישע טראַדיציע אויך פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַגבֿ, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿרויען, וואָס וווינען נאָך אַלץ אין עטיאָפּיע, פֿאַרברענגען זייערע ווסת־טעג איזאָלירט אין ספּעציעלע הײַזלעך. די סיבה איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ פֿאַרקערטע: צוליב זייער טומאת־נידה מוזן זיי זיצן באַזונדערס.
אַנשטאָט דער געוויינטלעכער ספֿר־תּורה, לייענען די עטיאָפּישע ייִדן אַ ספֿר אויף אַלט־עטיאָפּיש (געעז), וואָס באַשטייט פֿונעם חומש, ספֿר־יהושע, ספֿר־שופֿטים און מגילת־רות. די עדה באַטראַכט אַלט־עטיאָפּיש ווי זייער לשון־קודש. די שפּראַך, אַזוי ווי דער הײַנטצײַטיקער אַמהאַריש און אין אַ קלענער מאָס — טיגריניע, געהערט צו דער סעמיטישער גרופּע.
אַ סך אַמהאַרישע ווערטער קלינגען ענלעך צו לשון־קודשדיקע און נאָך נעענטער צו אַראַמישע. למשל, דער נאָמען פֿון דער עטיאָפּישער הויפּטשטאָט אַדיס־אַבעבע איז דער טײַטש „אַ נײַע בלום‟. אויף לשון־תּרגום וואָלט עס געווען „חדיש־איבא‟. אַנשטאָט דעם גאָר אַלטן עטיאָפּישן כּתבֿ, באַקאַנט אין פֿאַרשיידענע פֿאָרמען שוין כּמעט 3,000 יאָר, האָבן די ייִנגערע ארץ־ישׂראלדיקע עטיאָפּישע ייִדן אָנגעהויבן שרײַבן אויף אַמהאַריש מיט ייִדישע אותיות.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז לויט זייער חשבון פֿון דער תּנ״כישער כראָנאָלאָגיע האָט זיך בײַ די עטיאָפּישע ייִדן באַקומען אַן אייגנאַרטיקער נוסח צײַט־רעכענונג. צום בײַשפּיל, הײַנט איז שוין בײַ זיי דאָס יאָר 7090. אינעם עטיאָפּישן תּנ״ך זענען אַרײַן אַ גאַנצע ריי אַפּאָקריפֿישע ספֿרים, וואָס זענען אויך בנימצא אין דער אַלט־גריכישער איבערזעצונג (סעפּטואַגינטא).
אַ טייל עטיאָפּישע מינהגים שטאַמען זיכער פֿונעם אַפֿריקאַנער נישט־ייִדישן אַרום. אין אַלע אַנדערע ייִדישע עדות שפּירט זיך אָבער אַ געוויסער אָרטיקער קאָלאָריט, פּונקט ווי די טראַדיציעס פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן אַ קלאָרן ליטווישן, פּוילישן צי רומענישן טעם.
אין פֿאַרגלײַך מיט די קראָים צי רעפֿאָרעם־ייִדן, האָבן די עטיאָפּישע ייִדן נישט אָפּגעווײַכט צוליב אידעאָלאָגישע סיבות פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט. זיי האָבן פּשוט געשטרעבט אָפּצוהיטן, אויף וויפֿל מע האָט געקענט, זייער דרך־אָבֿות. ס׳קאָן זײַן, אַז בײַ זיי האָבן זיך אָפּגעהיט גאָר אַלטע מסורות, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט פֿון קדמונים אָן אומאָפּהענגיק פֿון אונדזער בבֿלישער גמרא.
אַוודאי טראָגט דער גראָבער ראַסיזם פֿון די לעצטע צײַטן אַ באַזונדערס מיאוס פּנים, נאָר ס׳איז וויכטיק צו געדענקען, אַז די קולטור־אַסימילאַציע איז אויך זייער אַ גרויסע, אויב נישט די גרעסטע, טראַגעדיע. אַפֿילו פּרינציפּיעלע, פּראָגרעסיווע קענגער פֿון ראַסיזם און וועלכער־ניט־איז דיסקרימינאַציע שטרעבן אָפֿט מאָל צו „נאָרמאַליזירן‟ ביתא־ישׂראל, צו פֿאַרוואַנדלען זי אין „נאָרמאַלע‟ כּמו־אַשכּנזישע אָדער כּמו־ספֿרדישע ייִדן, צו „באַפֿרײַען‟ זיי פֿון פֿרעמדע גלותדיקע השפּעות. די ייִדיש־רעדער, וואָס ווערן אָפֿט באַטראַכט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט ווי פֿאָרשטייער פֿון אַ כּלומרשט „האַלב־טויטער‟ גלות־קולטור, דאַרפֿן זיך באַציִען באַזונדערס סענסיטיוו צו אַזעלכע ענינים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.