אַ צווייטער מאַסן־קבֿר פֿון ייִדן אַנטדעקט אין רומעניע

Second Mass Grave of Jews Discovered In Romania

Pixabay

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published July 08, 2019.

לעבן דעם דאָרף פּאָפּריקאַני, אין צפֿון־מיזרח רומעניע, האָט אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן לעצטנס אַנטדעקט אַ מאַסן־קבֿר פֿון ייִדן אומגעבראַכט דורך רומענישע סאָלדאַטן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

אינעם קבֿר האָט מען געפֿונען דאָס געביין פֿון בערך 40 מענטשן, אַרײַנגערעכנט 12 קינדער און אַפֿילו אַ צוויי־יאָריק קינד, האָט געמאָלדן דער „מלוכישער אינסטיטוט א״נ אליעזר װיזעל פֿאַרן פֿאָרשן דעם חורבן אין רומעניע‟.

דאָס איז נישט דער ערשטער מאַסן־קבֿר וואָס מע האָט געפֿונען אויף דעם אָרט. אין 2010 האָט דער זעלבער אינסטיטוט געמאָלדן אַז מע האָט אין אַ וואַלד לעבן פּאָפּריקאַניע אַנטדעקט אַ מאַסן־קבֿר פֿון 16 קערפּערס. לויט עטלעכע עדות פֿון יענער שחיטה אין 1941 האָט מען דאָרט באַגראָבן מער ווי 100 ייִדן.

לויט אַן אויספֿאָרשונג פֿון מיליטערישע פּראָקוראָרן אין 2014, איז די שחיטה דורכגעפֿירט געוואָרן דורך רומענישע סאָלדאַטן אַליִיִרטע מיט די דײַטשן, נישט געקוקט אויף רומעניעס לייקענונג אַז זי האָט אָנטיילגענומען אין אַכזריותדיקע אַקציעס במשך פֿונעם חורבן. צווישן 1941 און 1944 האָט רומעניע פֿאַרטיליקט בערך 300,000 ייִדן — די צווייט־העכסטע צאָל הריגות פֿון ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, נאָך דײַטשלאַנד.