די לײענערס פֿון פֿאָרװערטס קערן שױן װיסן, אַז איך אַרבעט װי אַ אַן אַלגעמײנער דאָקטער, און אַן אַקאַדעמישער אינטערניסט, בײַם שפּיטאָל דזשאָנס־האָפּקינס אין באָלטימאָר.
שױן אַ יאָר צײַט װאָס איך דין אַ גאָר אַנדערע באַפֿעלקערונג. אַנדערטהאַלב טאָג אַ װאָך אַרבעט איך אין דרום־בראָדװײ, וואָס איז במשך פֿון די לעצטע 10-20 יאָר אַ שפּאַניש־רעדנדיקע געגנט. דאָרט אַרבעט איך װי דער שטאַב־דאָקטער אין „עספּעראַנזאַ צענטער‟, אַן אָרט װאָס באַדינט נישט־דאָקומענטירטע אימיגראַנטן אין דער שטאָט; ס׳רובֿ פֿון זיי — שפּאַניש־רעדנדיקע פֿון מעקסיקע און צענטראַל־אַמעריקע. דער צענטער װערט אונטערגעשטיצט פֿון אַ קאַטױלישער װױלטעטיקער אָרגאַניזאַציע, און האָפּקינס שטיצט האַלב פֿון מײַן צײַט צו אַרבעטן דאָרט (איך אַרבעט װײַטער בײַ האָפּקינס און זע װײַטער די אַנדערע באַלטימאָרער אײַנוווינער פֿון פֿאַרשידענע עטנישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וואָס זענען נישט װײניקער באַעװלט פֿון היסטאָרישע און הײַנטיקע געשעענישן ווי די נישט־דאָקומענטירטער אימיגראַנטן.)
מע שטראָמט אַהער פֿון מעקסיקע און צענטראַל־אַמעריקע צוליב די עקאָנאָמישע און געזעלשאַפֿטלעכע קריזיסן װאָס בושעווען דאָרטן. נישטאָ דאָרט װאָס צו עסן, נישטאָ קײן פּרנסה. איז דאָס װײניק, װערן אױך אַ סך פֿון די לענדער שװער באַדריקט פֿון פֿאַרשפּרײטע גװאַלד־מעשׂים, סײַ אין שטאָט סײַ אין דאָרף. קײן װוּנדער נישט אַז מע װיל — אַז מע מוז — אַװעק זוכן אַ בעסער לעבן פֿאַר זיך און די נאָענטע.
אַז מע כאַפּט אַ שמועס מיט די אָ פּאַציענטן, אָדער אַפֿילו אױב מע לײענט בלויז די נײַעס, װײסט מען אַז נישט נאָר אין זײערע הײמלענדער ווערן זײ געטשעפּעט און טראַװמאַטיזירט, נײַערט אױך אין אונדזער לאַנד און פֿון אונדזער רעגירונג. פּליטים־משפּחות װאָס קומען אַהער, אָפֿט מאָל נאָך אַ גאַנג פֿון הונדערטער מײַלן צו פֿוס, װערן בגוואַלד צעשיידט, די קינדער פֿאַרשפּאַרט אין פֿאַרמױערטע לאַגערן אָן אַ פּאַסיקן מעדיצינישן אָפּהיט אָדער אַפֿילו אַ געהעריקן נאַכטלעגער. האָרעפּאַשנע אימיגראַנטן װאָס זײַנען גאָט די נשמה שולדיק און װילן נאָר קענען פֿאַרדינען, װערן דעפּאָרטירט, אָדער אין בעסטן פֿאַל — װאַרטן זיי, מיט שרעק, אױף אַ טאָג אין געריכט אָדער אויף דער פֿור פֿון דער אימיגראַציע־פּאָליצײ, װאָס קען זיך באַווײַזן אומגעריכט און זײ אַװעקפֿירן אין לאַגער.
װאָס מער איך האָב געלײענט װעגן די פֿאַרשיקונגען און די קינדער־לאַגערן, דעם דוחק פֿון מעדיצינישער באַהאַנדלונג און דער פּײַניקונג פֿון קינדער, אַלץ קלאָרער איז בײַ מיר געװאָרן מײַן חיובֿ אַלײן בײַצוזײַן אױף אַ פּראָטעסט װאָס זאָל װײַזן אַז איך פֿאַרקוק נישט די מאָראַלישע עוולות, די הימל־שרײַענדיקע מעשׂים אָפּגעטאָן פֿון מײַן רעגירונג. פֿאַר װאָס איז דאָס װיכטיק? עטלעכע סיבות. פּראָפֿעסיאָנעל, קען איך נישט צוזען װי מײַנע פּאַציענטן װערן דעפּאָרטירט, און זײערע משפּחות װערן פֿאַרשפּאַרט אין לאַגערן. װי אַ ייִד, איז „לא תּעמוד על דם רעך‟ — שטיי נישט מיט פֿאַרלייגטע הענט ווען דײַן שכן בלוטיקט — אַ װיכטיקער פּרינציפּ. און איך טײַטש „רעך‟ װי „דײַן מיטמענטש.‟ איך װײס אַז טײל האָבן טענות צו פֿאַרגלײַכונגען מיטן חורבן, נאָר איך האַלט אַז די באַצײכענונג „קאָנצענטראַציע־לאַגער‟ איז יאָ אַ באַרעכטיקטע.
האָט זיך מיר געמאַכט אַ געלעגנהײט… מײַנע עלטערע קינדער געפֿינען זיך איצט אין זומער־קעמפּ; מײַן פֿרױ און אונדזערע מיזינקע זײַנען אַװעק צו באָבע־זײדע אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, און איך בין דאָ געבליבן אַרבעטן. די טעג פֿון פֿערטן און פֿיפֿנטן יולי — די וואַקאַציע טעג לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער אומאָפּהענגיקײט־טאָג — האָב איך געהאַט פֿרײַ. ווען איך האָב געלײענט אױף טװיטער װעגן אַ נײַער באַװעגונג, „סיטיזען־פּרעזענס [#CitizenPresence] — דאָס הײסט, אַמעריקאַנער בירגער װאָס פֿאָרן פֿרײַװיליק אין די לאָקאַלן פֿון די פֿאַרהאַלטונג־לאַגערן פֿון ICE (Immigration and Customs Enforcement) כּדי צו װײַזן דעם אַמעריקאַנער פּובליקום, די פּליטים, און דער גאַנצער װעלט אַז מע האָט נישט פֿאַרגעסן אין די אומשולדיקע אימיגראַנטן; אַז מיר פֿאָדערן מע זאָל זײ באַפֿרײַען און װידער פֿאַראײניקן מיט זײערע משפּחות, און אַז מיר שטיצן נישט די באַנײַטע װײַסע סופּרעמאַטיע פֿון אונדזער רעגירונג און אירע מיטהעלפֿערס.
האָב איך אָנגעהױבן פֿאָרשן די לופֿטבילעטן פֿון באַלטימאָר קײן על־פּאַסאָ. (אײנער פֿון די באַװוּסטע קינדער־לאַגערן, אין קלינט, איז נישט װײַט פֿון על־פּאַסאָ, טעקסאַס.) איז מיר פֿינצטער געװאָרן פֿאַר די אױגן. איך װיל סאָציאַלן יושר אָבער איך װיל אױך נישט אױסלײדיקן מײַן גאַנצע באַנקקאָנטע! האָב איך אַ פֿרעג געטאָן אױף טװיטער: פּלאַנירט עמעצער אַהינצופאָרן מיטן אױטאָ, און אויב יאָ, קען איך מיטפֿאָרן? פּלוצעם האָט זיך געמאַכט אײנער פֿון יענע טװיטער־צופֿאַלן, אָדער גאָר אַ מתּנה פֿון הימל. אַן אַדװאָקאַטקע און אַקטיװיסטקע מיט װעמען איך בין װירטועל באַחבֿרט האָט מיר געשיקט אַ טװיטער־מעסעדזש: „טאָמער שאַ‘ איך דיר די 1,200 דאָלאַר אױף אַ פֿליבילעט, װאָלטסטו טאַקע געפֿאָרן?‟ װאָ׳דען? שטעל זיך פֿאָר מײַן איבערראַשונג — איך בין אַװעק פֿון קאָמפּיוטער אױף בלויז 20 מינוט, קום איך צוריק … זע איך די דאָזיקע סומע ליגט שוין בײַ מיר אין דער פּײפּאַל־קאָנטע!
צוליב דער דאָזיקער איניציאַטיװ האָב איך פֿאַרבראַכט דעם פֿערטן יולי אין על־פּאַסאָ, טעקסאַס. ממש פֿון אײן פֿײַער אַרױס (די דושנע זומערטעג אין באַלטימאָר), אין צװײטן אַרײַן (די טרוקענע היצן פֿון דרום־מערבֿ־טעקסאַס). װי בײַ די פֿריִערדיקע מאַניפֿעסטאַציעס אין װעלכע איך האָב זיך באַטײליקט, איז אײנער פֿון די הויכפּונקטן פֿון מײַן איבערלעבונג געװען סתּם דאָס באַקענען זיך מיט אַנדערע וואָלונטירן פֿון יעדן שטײגער לעבן — מערסטנס פֿרױען, װאָס זײַנען דער זײַל פֿון דער אַמעריקאַנער פּראָגרעסיװער באַװעגונג.
קױם געלאַנדיקט אין על־פּאַסאָ, האָט אַן אַקטיװיסטקע מיך אָפּגענומען, און מיט דרײַ אַנדערע אין אויטאָ זײַנען מיר געפֿאָרן אַריבערן גרענעץ קיין מעקסיקע. מיר האָבן באַזוכט אַ צענטער פֿאַר פּליטים, „קאַסאַ דעל מיגראַנטע‟, דער גרעסטער צענטער אַזאַ אין כואַרעז, די שטאָט װאָס געפֿינט זיך קעגן־איבער על־פּאַסאָ. איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז צוליב טראָמפּס אַנטיפּאַטיע צו אַלע פּליטים, אַפֿילו די װאָס זוכן אַזיל אין אַמעריקע, האָט ער אױסגעאַרבעט אַזאַ אָפּמאַך מיט מעקסיקע װאָס איז שױן אין קראַפֿט, כאָטש זײַן לעגאַלער סטאַטוס איז נאָך נישט אָנגענומען. אָנשטאָט אָננעמען אַזיל־זוכערס פֿון מעקסיקע, װעט טראָמפּ זיי סתּם אַוועקשיקן צוריק קיין מעקסיקע, זײ זאָלן דאָרט כּלומערשט װאַרטן ביז זײערע אַפּליקאַציעס װערן פּראָצעסירט. אײַ, מע לײגט נישט קײן טראָפּ אױפֿן פּראָצעסירן ממש? בײַ טראָמפּס „באַזע־װײלערס‟, זײנע הײסע שטיצערס, איז דאָס דווקא אַ מעלה.
פּראַקטיש לאָזט זיך אַרױס, אַז װאָס װײניקער פּליטים עס װערן געהאָלפֿן פֿון די װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס אין על־פּאַסאָ, אַלץ מער העלפֿט מען זיי אין דער שטאָט כואַרעז. כאָטש דער „קאַסאַ דעל מיגראַנטע‟ אין יענער אָרעמער מעקסיקאַנער שטאָט איז די טעג שטאַרק פֿאַרנומען, איז אויפֿן טאָג וואָס מיר זענען דאָרט געווען אַלץ געװען רײן, מסודרדיק און רויִק. (דער צענטער האָט נישט דערלױבט, אַז די פּליטים װאָס נעכטיקן איבער אין זײערע אינטערנאַט־צימערן בײַ נאַכט זאָלן בלײַבן אין זײ בײַ טאָג.) אין מיטן העלן טאָג איז צו אונדז צוגעגאַנגען סתּם אַ מיטל־יאָריקער מעקסיקאַנער. „איר זײַט דאָ צו העלפֿן?‟ פֿרעגט איר. דעמאָלט הײבט ער אָן איבערגעבן אױף אײן פֿוס זײַן געשיכטע. מיט דרײַ טעג פֿריִער האָט „אײַס‟, די אַמעריקאַנער אימיגראַציע־פּאָליצײ, אים דעפּאָרטירט אַהער, אים אָפּגעריסן פֿון אַמעריקאַנער באָדן װוּ ער האָט געװױנט און געהאָרעװעט 20 יאָר, אױפֿגעהאָדעװעט פֿיר אַמעריקאַנער־געבױרענע קינדער. צוליב װאָסער גרױסער זינד האָט מען אים פֿאַרשיקט? צוליב אַ טראַפֿיק־שטראָף װאָס ער האָט נישט באַװיזן צו באַצאָלן. דערהערנדיק די געשיכטע האָב איך שוין דערפֿילט די וויכטיקייט פֿון מײַן שליחות.
די טרערן פֿון יענער מעשׂה זײַנען אונדז נאָך געשטאַנען אין די אױגן בשעת מיר האָבן, גאָט צו דאַנקען, אָפּגעפֿונען דעם װעג װידער איבערן גרענעץ צוריק קײן על פּאַסאָ. איך האָב געזעטיקט מײַן הונגער מיט טשיפּקעלעך, סאַלסאַ, אַ מעיקסיקאַנער קאָקאַ־קאָלאַ און אַ ביר, און דערנאָך זײַנען מיר װײַטער געפֿאָרן אין טעקסאַסער מידבר אַרײַן. אַרומגערינגלט פֿון אַ הױכן מױער האָט זיך צעשפּרײט אַ קאָמפּלעקס פֿון נידעריקע געבײַדעס און אַ צאָל אָפֿיציעלע משׂא־אױטאָס, פּאָליצײ־אױטאָס, און אויטאָבוסן. אָט איז דער לאַגער װי די קינדער װערן פֿאַרהאַלטן, אײן גאָט װײס אױף װי לאַנג – װײַל מע װיל זײ נישט אומקערן זײערע קרובֿים. ווי נאָר אונדזער אויטאָ האָט זיך דערנענטערט צום בנין איז די פּאָליציי אונדז נאָכגעפֿאָרן. נאָר גײ שרײַ חי־וקײם, דאָס איז דאָך אַן עפֿנטלעכן שטח און מיר שטערן נישט דעם לאַגער אַלײן.
אין מיטן היץ און שטױב, לענג־אױס אַ פֿאַרנומענעם שאָסײ, האָט זיך צונױפֿגעקליבן אַ פֿיל־מיניקע, פֿיל־קאָליריקע און פֿיל־אָפּשטאַמיקע חבֿרה, ממש אַ שאר־ירקות פֿון דעמאָנסטראַנטן. איך בין געשטאַנען אַ ביסל אומגעלומפּערט: אָט בין איך, אַ מיטל־יאָריקער ייִד, אין אַ װײַסן דאָקטאָרישן כאַלאַט און — אונטער אַ ברײטן זון־היטל — אַ יאַרמלקע. אַ סך יונגע־לײַט (דאַכט זיך, סטודענטן, אָדער מענטשן װאָס האָבן אױסגעניצט אַ פֿרײַען טאָג). עטלעכע זענען געקומען אַזש פֿון אַריזאָנע כּדי אױסצודריקן זײער קעגנערשאַפֿט צום טראָמפּיזם און צום פֿאַרשפּאַרן קינדער אין לאַגערן. אײן מענטש האָט זיך ספּאָנטאַן אַראָפּגעכאַפּט צו אונדז פֿון שאָסײ, באַמערקנדיק אַ טראַנס־פֿאָן װאָס עמעצער האָט אױפֿגעהאָנגען אין אָנדענק פֿון אַן „אײַס‟־געטראָפֿענעם װאָס איז געשטאָרבן אונטער זײער אױפֿזיכט. „איך האָב דערזען מײַן פֿאָן, בין איך געקומען,‟ האָט דער מענטש געזאָגט.
די זון איז אונטערגעגאַנגען. די װאָלקנס האָבן אָפּגעקילט די דריקנדיקע היץ. פֿון אַ צאָל אױטאָס האָט מען געפֿײַפֿט – אַמאָל ווי אַן אויסדריק פֿון שטיץ, אַ מאָל פֿון שפּאָט. מיר האָבן געהאַלטן אַ רײ שילדן װאָס האָבן גערופֿן צו באַפֿרײַען די אַרעסטאַנטן, צו פֿאַרמאַכן די לאַגערן. אויף דער שילד וואָס איך האָב אַליין צוגעגרייט זענען געשטאַנען די ווערטער „קײן מאָל מער‟ אויף ייִדיש. איך האָב אויך געדאַװנט מנחה בײַם מױער.
אױפֿן האָריזאָנט האָט זיך באַװיזן אַ װײַס־באַפֿאַרבטער אױטאָבוס מיטן „אײַס‟־לאָגאָ אױף דער זײַט. עטלעכע צענערלינגען זײַנען אַראָפּגעשטיגן - פֿרישע פּליטים, נײַע געפֿאַנגענע. מיר האָבן אָנגעהױבן זינגען אױף שפּאַניש „עסטאַמאָס קאָן לאָס נינאָס‟ — מיר זײַנען מיט די קינדער. נאָר די קינדער האָט מען אױף גיך אַװעקגעפֿירט הינטער די מױערן און טירן, פֿאַרשװוּנדן. איך האָב אויך פֿאָרגעלײענט עטלעכע לידער, אַרײַנגערעכנט „דער טאַטע פֿלעגט דאָס רופֿן חצות‟ — ה. לייוויקס ליד װעגן זײַן אומבאַהאָלפֿנקײט אַקעגן דעם גרױסן אומגליק פֿון זײן תּקופֿה. געלייענט האָב איך עס סײַ אויף ייִדיש, סײַ מיט אַן אייגענער איבערזעצונג. שקיעה. מיר האָבן אָנגעצונדן ליכטלעך. נאָכן פֿאַרזאַמלען זיך מיט אַזאַ קאָמאַנדע, מיט שילדן, שמועסן, אַנטשלאָסנקײט, לאָזונגען, און — דער עיקר — סתּם מיטן צוקוקן װאָס קומט דאָ פֿאָר, פֿילט מען זיך שױן נישט אַזױ אַלײן.
דעם הײַיאָריקן פֿערטן יולי װעל איך שוין קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן. איך האָף אַז מע װעט מער נישט ציִען דעם אױפֿמערק צו אַזעלכע מעשׂים־רעים, נאָר דאָס האַרץ זאָגט מיר אַנדערש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.