דוד גראָסמאַן: ייִדיש איז מײַן הײם, װאָס איך בענק נאָך איר

David Grossman: "Yiddish Is the Home that I'm Longing For"


פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

Published July 09, 2019.

דוד גראָסמאַנס ראָמאַן „אַ פֿערד איז אַרײַן אין אַ באַר‟, איז אײנער פֿון די סאַמע „ייִדישע‟ ראָמאַנען פֿונעם באַרימטן ישׂראלדיקן מחבר. דאָס בוך איז אַרױס אין איבערזעצונגען אױף עטלעכע שפּראַכן און האָט באַקומען אַנטציקטע קריטישע אָפּרופֿן איבער דער גאַנצער װעלט. אינעם נאָכוואָרט בײַ דער רוסישער איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן שרײַבט גראָסמאַן וועגן דעם חשיבֿות פֿון דער ייִדישער שפּראַך און שלום־עליכם אין זײַן אייגענעם לעבן און שאַפֿן. ער רופֿט ייִדיש „מײן הײם‟, אָבער גיט צו: „איך בענק נאָך איר, אָבער איך װױן ניט דערין. די הײם, אין װעלכער איך װױן, איז עבֿרית.‟

דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אין דער פֿאָרם פֿון אַ מאָנאָלאָג פֿון אַן ישׂראלדיקן „סטענד–אַפּ‟–קאָמיקער מיטן נאָמען דובֿעלע, װאָס ער שפּילט פֿאַר אַ קלײנעם עולם אין נתּניה. דובֿעלעס מאָנאָלאָג װערט פֿון מאָל צו מאָל איבערגעריסן דורך דעם געדאַנקענגאַנג פֿון דעם דערצײלער, דעם דעמיסיאָנירטן ריכטער אבֿישי לזר. דובֿ און אַבֿישי קענען זיך פֿון דער יוגנט, אָבער שפּעטער זײַנען זײ געגאַנגען אויף אַנדערע דרכים. אײן נאַכט האָט דובֿ פּלוצעם טעלעפֿאָנירט אבֿישי און אים פֿאַרבעטן אױף זײַן פֿאָרשטעלונג. אַזױ הײבט זיך אָּן דער ראָמאַן, װאָס שפּילט זיך אױס אין משך פֿון עטלעכע שעה, אָבער פֿאַרסך־הכּלט די גאַנצע טראַגעדיע פֿון דובֿס לעבן.

דער זשאַנער פֿון מאָנאָלאָג איז געװען פּאָפּולער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. יעדער אײנער פֿון די דרײַ קלאַסיקער האָט געשאַפֿן מײַסטערדיקע מאָנאָלאָגן, הגם די באַרימטסטע פֿון זײ זײַנען שלום–עליכמס װערק, בפֿרט די מאָנאָלאָגן פֿון טבֿיה דער מילכיקער. הײַנטיקע צײַטן װאָלט מען געקאָנט באַשרײַבן דעם זשאַנער פֿון טבֿיהס מאָנאָלאָגן װי אַ מין „סטענד–אַפּ‟–קאָמעדיע, װאָס מישט צונױף עפּיזאָדן פֿון פּערזענלעכן לעבן פֿונעם דערצײלער מיט װיצן, חכמות און אַנעקדאָטן. דער דאָזיקער זשאַנער פֿאַרבלײַבט פּאָפּולער עד–היום, װי עס דערװײַזט דער מאַסן–דערפֿאָלג פֿון דער נײַער טעלעװיזיע־סעריע „די װוּנדערלעכע מיסיס מײַזעל‟.

להיפּוך צו „מיסיס מײַזעל‟, שפּילט זיך גראָסמאַנס ראָמאַן אָבער ניט מיט זיסער נאָסטאַלגיע. דער קאַפּיטל, אַרום װעלכן ס׳דרײט זיך די גאַנצע מעשׂה, איז באמת טראַגיש, הגם די דערצײלונג װערט געזאַלצט און געפֿעפֿערט מיט פּראָסטע און נאַרישע װיצן. גראָסמאַן דער מחבר שטעלט פֿאַר זיך אַ קאָמפּליצירטע פּסיכאָלאָגישע אױפֿגאַבע צו אַנטבלױזן די נשמה פֿון זײַן העלד דורך קינסטלערישע מכשירים, װאָס זײַנען כּלומרשט לגמרי ניט צוגעפּאַסט צו אַזאַ ציל. דער שװערער און ביטערער מײן פֿון דובֿעלעס מאָנאָלאָג אַנטפּלעקט זיך װי אױף־צו־להכעיס די כּללים פֿונעם באַנאַלן קאָמישן זשאַנער. אגבֿ, איז גראָסמאַן מודה, אַז ער אַלײן האָט קײן מאָל ניט געזען אַ „סטענד–אַפּ‟–קאָמיקער און האָט ניט קײן אינטערעס דערין.

דובֿעלע איז אַ העלד אַ שלימזל — אַ פֿיגור, װאָס איז גאַנץ טיפּיש אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער דערבײַ רופֿט ער ניט אַרויס קײן מיטלײד בײַם לײענער. זײַנע צרות ווי אַ דעליקאַט בחורל, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין ישׂראל אָנהײב 1960ער יאָרן, באַטאָנען די נעגאַטיװע אַספּעקטן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט. גראָסמאַן מאָלט אַ בילד, װאָס איז דער היפּוך צו די פּראָפּאַגאַנדיסטישע סטערעאָטיפּן. יעדער אײנער לעבט דאָ פֿאַר זיך אַלײן, װערט טיף באַזאָרגט מיט אײגענע דאגות–פּרנסה. באַזונדערס שװער גײט עס די, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, װי דובֿס מאַמע. און מיט יאָרן שפּעטער קומט דער דאָזיקער עבֿר װידער אױף אין דער פֿאָרם פֿון אַ נאַרישער קאָמעדיע.

גראָסמאַן דערקלערט זײַן קינסטלערישע כּװנה אַזױ: יעדער אײנער פֿון אונדז האָט אַן „אָפֿיציעלע דערצײלונג‟ פֿונעם אײגענעם לעבן, װאָס מיר האָבן אױסגעשליפֿן אַ סך מאָל. אָבער אינעװײניק זײַנען מיר דאָך געװױר, אַז דער דאָזיקער נוסח אַנטפּלעקט ניט דעם גאַנצן אמת װעגן אונדז, אַז דאָס איז ניט מער װי אונדזער „װיזיט־קאַרטל‟ פֿאַר דער װעלט. מיט דער צײַט װערט דער דאָזיקער נוסח פֿאַרגליװערט װי אַ תּפֿיסה, װאָס לאָזט אונדז ניט לעבן פֿרײַ, װי עס פּאַסט פֿאַר דער איצטיקער צײַט, און ניט פֿאַרן עּבֿר.

דערבײַ האָט גראָסמאַן אין זינען ניט בלױז יחידים. „אַלע געזעלשאַפֿטן, מלוכות, פֿעלקער, פּאָליטישע סטרוקטורן האָבן אַן אײגענע ׳אָפֿיציעלע דערצײלונג’, װאָס מיר רופֿן ‘נאַראַטיװ’. מיר הערן אָפֿט מאָל: ‘דער ישׂראלדיקער נאַראַטיװ’, ‘דער פּאַלעסטינער נאַראַטיװ’, ‘אַ קאָנפֿליקט פֿון נאַראַטיװן’.‟ אַזאַ מין נאַראַטיװ איז מסתּמא געװען נײטיק אין דער צײַט פֿונעם נאַציאָנאַלן אױפֿקום, װען גראָסמאַן האָט געהאָלפֿן אױסגעשטאַלטיקן די נאַציאָנאַלע אידענטיפֿיקאַציע. אָבער דער דאָזיקער נאַראַטיװ קען װערן געפֿערלעך װען ער װערט פֿאַרגליװערט. אין דעם זין װערט דובֿעלעס קאָמישער מאָנאָלאָג אַן אַקט פֿון זײַן פּערזענלעכער באַפֿרײַונג פֿון אָט דעם „אָפֿיציעלן נאַראַטיװ‟. אָבער גראָסמאַן װאָרנט אונדז קעגן אױסטײַטשן זײַן ראָמאַן װי אַ פּאָליטישע אַלעגאָריע. דובֿעלע איז ניט קײן סימבאָלישע פֿיגור, װאָס רעפּרעזענטירט דעם ישׂראלדיקן כּלל: „אינעם צענטער פֿון מײַן אױפֿמערקזאַמקײט שטײט אַ מענטש, אַ בשׂר–ודם‟.

װען מען לײענט „אַ פֿערד איז אַרײַן אין אַ באַר‟, טראַכט מען װעגן צװײ גרױסע ייִדישע מחברים, שלום–עליכם און פֿראַנץ קאַפֿקאַ. בײדע האָבן געשאַפֿן געשפּאַנטע מאָנאָלאָגן פֿון יחידים פֿון אַ גאַנצן טאָג, װאָס דערגרײכן די מדרגה פֿון אַ װידוי. בײדע מחברים זײַנען געװען פֿאַרטאָן אינעם מעטאַפֿיזישן סוד פֿונעם באַגריף פֿון משפּט. טבֿיה פּרוּװט בחינם צו דערגײן צו דעם שורש פֿון זײַנע צרות, הגם אַן אױפֿמערקזאַמער לײענער פֿאַרשטײט, אַז דער שורש שטעקט אין אים אַלײן. פֿאַר קאַפֿקאַ פֿאַרבלײַבט דער סוד פֿון מידת־הדין מחוץ דער מענטשלעכער חשׂגה. די „קאַפֿקיאַנישע‟ פֿיגור אין גראָסמאַנס ראָמאַן איז דער דערצײלער, אַ ריכטער, װאָס האָט אַ מאָל קונה–שם געװען מיט זײַנע שאַרפֿזיניקע פּסקים. אָבער איז שטײט אױך דער ריכטער אונטער דעם משפּט. גראָסמאַן פּרוּװט צו דערגײען צו די עקזיסטענציעלע יסודות פֿון מעטנשלעכן קיום דורך צונױפֿברענגען בײדע פּערספּעקטיװן, די שלום–עליכמישע און די קאַפֿקיאַנישע.