די הײַנטיקע סדרה, פּרשת חקת, האָט צו טאָן מיט די פּאַראַדאָקסאַלע באַציִונגען צווישן לעבן און טויט. נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן, פֿלעגן די כּהנים אָפּרייניקן ייִדן מיט דער הילף פֿון דער פּרה־אַדומה — אַ זעלטענע ריין־רויטע קו, וואָס האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך. מע האָט זי מקריבֿ געווען און פֿאַרברענט. אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, איז דער אַש פֿון דער טויטער בהמה געווען מסוגל אָפּצוּוואַשן פֿון טומאת־מת.
נאָך פֿערציק יאָר וואַנדערונגען אינעם מידבר איז ניפֿטר געוואָרן מרים הנבֿיאה; אין גלײַך נאָך דעם האָט דער עולם געטענהט, אַז זיי זענען דורשטיק. די חז״ל דערקלערן, אַז כּל־זמן מרים האָט געלעבט, האָט אַ ניסימדיקער וואַסער־קוואַל תּמיד באַגלייט ייִדן צוליב איר זכות. אין דער זעלבער צײַט, זאָגן אונדזערע חכמים, דערציילט אונדז די תּורה וועגן מרימס טויט גלײַך נאָך דער פּרה־אַדומה, ווײַל דער טויט פֿון צדיקים איז דווקא אַ כּפּרה פֿאַר די לעבעדיקע.
ווײַטער אין דער פּרשה גייט איינער פֿון די זעלטענע בפֿירוש פּאָעטישע פֿראַגמענטן אין דער תּורה: די „שירת־הבאר‟ — „דאָס געזאַנג פֿונעם קוואַל‟. על־פּי מדרש, וואָס רש״י דערמאָנט אין זײַן קלאַסישן פּירוש, האָבן ייִדן באַזונגען מרימס מיסטישע קרעניצע. די שירה איז אַ קורצע און באַשטייט בלויז פֿון דרײַ מיט אַ האַלב פּסוקים.
דעם הײַנטיקן מוצאי־שבת, י״א בתּמוז, פֿאַלט אויס דער געבוירן־טאָג פֿון דער באַרימטער העברעיִשער פּאָעטעסע חנה סענעש. אירע לידער — געוויינטלעך קורצע, ווי די „שירת־הבאר‟ — האָבן אָפֿט אַ באַזונדערס יוגנטלעכן טעם. פֿאָרט, זענען אירע ווערק אָפֿט דורכגעזאַפּט מיט אַ טראַגישער אינטאָנאַציע. די סיבה פֿון אַזאַ סטיל איז אַ טרויעריקע: חנה סענעש איז אויך באַקאַנט ווי אַ העלדישע יונגע קעמפֿערין קעגן די נאַציס; אַ יונגע פֿרוי וואָס איז געפּײַניקט און דערשאָסן געוואָרן דורך דער נאַצי־אָקופּירטער אונגערישער רעגירונג, בײַ 23 יאָר. אַפֿילו אין טורמע, וויסנדיק, אַז דאָרט וואַרט אויף איר אַ זיכערער סוף, האָט זי ווײַטער געשריבן לידער.
חנה סענעש איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, אין 1921. איר משפּחה איז געווען אַ וועלטלעכע און אַסימילירטע; דער טאַטע, אַ באַוווּסטער אונגערישער זשורנאַליסט און דראַמאַטורג, איז געשטאָרבן, ווען זײַן טאָכטער איז געווען 6 יאָר אַלט. נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול, איז זי אין 1939 אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, וווּ זי האָט זיך צוויי יאָר געלערנט אַגראָנאָמיע און זיך פֿאַרנומען מיט דער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער אַרבעט אינעם קיבוץ שׂדות־ים לעבן חיפֿה. אין 1943 האָט חנה סענעש זיך אָנגעשלאָסן אינעם פֿרויען־אָפּטייל פֿון דער בריטישער מיליטערישער אַוויאַציע. אין מאַרץ 1944 האָט מען זי אָפּגעשיקט, צוזאַמען מיט אירע צוויי ייִדישע חבֿרים, מיט אַ פּאַראַשוט קיין יוגאָסלאַוויע, וווּ זי איז געוואָרן אַ פּאַרטיזאַנקע. מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָבן די נאַציס שוין געהאַט אָקופּירט אונגערן. נישט געקוקט אויף דעם, האָט די יונגע פּאַרטיזאַנקע באַשלאָסן איבערצוגנבֿענען די גרענעץ און אַרײַנצודרינגען אין איר היימלאַנד; אויף דער גרענעץ האָט מען זי געכאַפּט.
נאָך עטלעכע חדשים פּײַניקונגען האָט זי גאָרנישט אויסגעזאָגט דעם שׂונא, און אין נאָוועמבער 1944 האָט מען זי דערהרגעט. נאָך דער מלחמה האָט מען געבראַכט איר געביין קיין ארץ־ישׂראל און באַערדיקט אויפֿן הר־הזכּרון אין ירושלים.
ווי געזאָגט, זענען דאָס לעבן און טויט צומאָל צונויפֿגעפֿלאָכטן אויף פּאַראַדאָקסאַלע אופֿנים. אויף חנה סענעשס ווערטער האָבן אַ ריי קאָמפּאָזיטאָרן געשאַפֿן מוזיק; אַזעלכע באַרימטע זינגער, ווי עפֿרה חזה, האָבן כּסדר געזונגען אירע לידער, און בײַם יונגן דור מוזיקער — למשל, די סאָוועטיש־געבוירענע זינגערינס סאָפֿיע מילמאַן און רעגינע ספּעקטאָר — בלײַבט זי פּאָפּולער לאַוו־דווקא צוליב איר טראַגישער און העלדישער ביאָגראַפֿיע, נאָר צוליב דער שיינקייט און לעבעדיקייט פֿון אירע ווערק.
סענעש איז אויך געווען אַ דראַמאַטורגין; איר פּיעסע „הכּינור‟ [דער פֿידל] איז געווידמעט דעם קיבוץ־לעבן. זאַמלונגען פֿון אירע לידער אויף אונגעריש און העברעיִש — אָדער גיכער אויף לשון־קודש, ווײַל איר העברעיִשער וואָקאַבולאַר איז על־פּי־רובֿ אַ קלאַסישער, לשון־קודשדיקער — זענען דערשינען נאָר מיט צענדליקער יאָרן נאָך איר אומקום.
צום בעסטן איז, מסתּמא, באַקאַנט איר ליד „הליכה לקיסריה‟ [אַ שפּאַציר קיין קיסריה], אָנגעשריבן אין 1942, וואָס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „א־לי, א־לי‟ [מײַן גאָט, מײַן גאָט]. הגם די מחברטע איז געבליבן אַ וועלטלעכע, קלינגט עס ווי אַ מין תּחינה, אַן עכט־האַרציקע תּפֿילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.