סוף יוני האָט דער קולטורקרײַז בײַם אַרבעטער-רינג אין תּל-אָבֿיבֿ געשלאָסן זײַן הײַ-יאָריקע טעטיקייט.
במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט מען יעדע צוויי וואָכן דאָרט אײַנגעאָרדנט אַ קולטור-פֿרימאָרגן אויף ייִדיש, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַ לעקציע אויף אַ ייִדישער קולטור-טעמע, בעיקר וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, באַגלייט מיט אַן אויפֿטריט פֿון אַ זינגער — אַ פֿאָרמאַט וואָס איז שוין יאָרן לאַנג אָנגענומען אין דער ייִדישער קולטורוועלט. דעם פֿאַרגאַנגענעם קולטור-סעזאָן זענען פֿאָרגעקומען 19 אַזוינע פֿרימאָרגנס, און אויב מע האָט געקענט אָנגיין מיט דער אַרבעט יאָר אײַן יאָר אויס איז דאָס קודם-כּל צו פֿאַרדאַנקען דער איבערגעגעבנקייט און דער אַקטיווער שאַפֿערישקייט פֿון בעלאַ בריקס-קלײַן, וואָס האָט פֿאַר אַלץ געזאָרגט: געפֿינען לעקטאָרן און זינגערס, אַנאָנסירן די אַקטיוויטעטן און אַפֿילו באַזאָרגן אַ לײַטישן כּיבוד, אַז דער עולם זאָל זיך פֿילן היימיש אין דעם זאַל אויף קאַלישער 48.
ווער עס קען דעם מצבֿ פֿון ייִדיש וועט זיך נישט חידושן מיטן פֿאַקט אַז אָט די אַרבעט איז געוואָרן שווערער פֿון יאָר צו יאָר, אין אַלע אַספּעקטן: דער עולם איז געוואָרן וואָס אַ מאָל קלענער, שיטערער. געטרײַע לאַנגיאָריקע באַטייליקטע האָבן זיך געמוזט אָפּזאָגן פֿון קומען — זייער געזונט האָט עס שוין נישט דערלויבט. אָבער עס איז אויך געוואָרן שווערער צו געפֿינען פּאַסיקע לעקטאָרן; אַוודאי אַזעלכע וואָס זענען נישט געקומען מיט אויסגעדראָשענע טעמעס, נאָר אַזעלכע וואָס האָבן געקענט באַלײַכטן פֿאַרן עולם אַ נײַ קאַפּיטל אָדער אַן אומבאַקאַנטן אַספּעקט פֿון דער ייִדיש-שאַפֿערישקייט במשך פֿון די דורות.
ס’איז אויך געוואָרן שווערער צו געפֿינען פּאַסיקע זינגערס און אַקטיאָרן, ביז מע איז דערגאַנגען צום טרויעריקן מצבֿ אַז עס זענען אויפֿגעטראָטן זינגערס, נישט אויסגערעדט זאָל עס זײַן, וואָס האָבן געלייענט די ייִדישע טעקסטן געשריבן מיט קירילישע אותיות, אַפֿילו נישט פֿאַרשטייענדיק גענוי וואָס זיי זינגען.
דאָס אַלץ האָט דערבראַכט צום אויספֿיר אז די אַרבעט פֿון דעם קולטורקרײַז זאָל פֿון איבעראַיאָר אַריבערגעפֿירט ווערן אין בית שלום עליכם, די צענטראַלע און לעבעדיקסטע ייִדיש-אינסטיטוציע אין ישׂראל. מיט יאָרן צוריק זענען די אָנפֿירערס פֿון אַרבעטער-רינג געשטאַנען פֿאַר אַ שווערן מצבֿ, ווײַל זיי האָבן מער נישט געקענט אַנטקעגנקומען די פֿינאַנציעלע הוצאָות פֿון דער אינסטיטוציע. האָבן זיי זי איבערגעגעבן דעם בית שלום עליכם, וואָס האָט געדעקט אַלע הוצאות במשך יאָרן.
דער בית שלום עליכם האָט זיך אויך אַקטיוו מיטבאַטייליקט אינעם פֿינאַנסירן דעם צוויי-חדשימדיקן זשורנאַל „לעבנס-פֿראַגן‟, רעדאַקטירט דורך יצחק לודען, ביז ער אַליין האָט באַשלאָסן אויפֿצוגעבן דאָס אַרויסגעבן די צײַטשריפֿט אין יאָר 2014, נישט חלילה צוליב פֿינאַנציעלע שוועריקייטן, נאָר פּשוט דערפֿאַר ווײַל עס איז אים געוואָרן זייער שווער ווײַטער אָנצוגיין מיט דער אַרבעט. און זאָל דאָ דערמאָנט ווערן אַז צווישן די פֿילצאָליקע שטיצעס וואָס דער בית שלום עליכם גיט דורך די יאָרן האָט ער אויך פֿינאַנסירט דאָס דרוקן און צעשיקן דעם פֿאָרווערטס פֿאַר אַלע אַבאָנענטן אין ישׂראל, וואָס אויך זייער צאָל האָט זיך פֿאַרקלענערט פֿון יאָר צו יאָר. און נאָך אַ מאָל — וואָלט דער פֿאָרווערטס אָנגעגאַנגען ווי אַ געדרוקטע אויסגאַבע, וואָלט דער בית שלום עליכם ווײַטער פֿינאַנסירט די ישׂראלדיקע אויסגאַבע. אויך אויף דעם פֿראָנט איז בעלאַ בריקס-קלײַן געווען די נשמה פֿון דער אַרבעט: געזוכט אַבאָנענטן פֿאַרן פֿאָרווערטס — און זיי געפֿונען, געשטאַנען מיט זיי אין אַ כּסדרדיקן קאָנטאַקט, זיי געמונטערט מיט פּערזענלעכע האַנט-געשריבענע בריוו כּדי זיי זאָלן ווײַטער אַבאָנירן די אויסגאַבע — פֿריִער ווי אַ וואָכן-צײַטונג און לעצטנס ווי אַ חודש-זשורנאַל.
בײַם שליסן דעם לאָקאַל פֿון אַרבעטער-רינג און אַריבערפֿירן זײַן טעטיקייט אין בית שלום עליכם שטייט אויך די פֿראַגע וואָס צו טאָן מיט זײַן רײַכער ביבליאָטעק, וואָס נעמט אַרײַן די גרויסע ביכער-זאַמלונג פֿון דער געשלאָסענער פּרץ-ביבליאָטעק, פֿונעם י”ל פּרץ-פֿאַרלאַג און די ביכערקראָם וואָס האָט עקסיסטירט לעבן פֿאַרלאַג. אויך אויף דעם געביט האָט דער בית שלום עליכם אַרויסגעוויזן זײַן טיפֿע געטרײַשאַפֿט צום ייִדישן וואָרט. ער האָט געמאַכט אַ גאָר גרויסע אינוועסטיציע כּדי צוצגרייטן אַ פּאַסיקן אָרט אויפֿצונעמען אַלע ווערטיקע ביכער פֿון ביידע ביבליאָטעקן, וואָס האָבן מיט דער צײַט אויך אַרײַנבאַקומען פּריוואַטע זאַמלונגען פֿון די משפּחות וווּ דער ייִדיש-לייענער איז אַוועק אויף אַ בעסערער וועלט. דער בית שלום עליכם האָט צוגעגרייט אַן אָרט אויפֿצונעמען אַרום דרײַסיק טויזנט ייִדישע ביכער. די אינסטיטוציע האָט שוין פֿון לאַנג געהאַט אַ באַטײַטיקע ייִדישע ביבליאָטעק, וואָס איר יסוד איז געווען י”ד בערקאָוויטשעס ביכער-זאַמלונג — שלום-עליכמס איידעם און איינער פֿון די איניציאַטאָרן צו בויען דעם בית שלום עליכם, וואָס איז דערעפֿנט געוואָרן אין 1966. אָבער איצט ווערט די ביכער-זאַמלונג היפּשלעך באַרײַכערט, און דער בית שלום עליכם ווערט די צווייט גרעסטע ייִדישע ביבליאָטעק אין ישׂראל — נאָך דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים.
דאָס אַריבערפֿירן די ביכער פֿון אַרבעטער-רינג אין בית שלום עליכם ווערט געטאָן מיט אַ סדר: מע היט אָפּ צום ווייניקסטן דרײַ עקזעמפּלאַרן פֿון יעדן בוך, ווי אויך צענדליקער עקזעמפּלאַרן פֿון ביכער וואָס זענען געווען אין פּרץ-פֿאַרלאַג און אין דער ביכערקראָם און זענען קיין מאָל נישט פֿאַרקויפֿט געוואָרן, צווישן זיי — אַזעלכע ווערטפֿולע ביכער ווי מאַנגערס „שריפֿטן אין פּראָזע‟, בער באָראָכאָווס „שפּראַך-פֿאָרשונג און ליטעראַטור-געשיכטע‟, די נײַע אויסגאַבע פֿון מאַני לייבס „לידער און באַלאַדן‟, עמנואל רינגעלבלומס „כּתבֿים פֿון געטאָ‟, און נאָך און נאָך. מיר האָבן אַ שטילע האָפֿענונג אַז אָט די אַלע ביכער וואָס מיר נעמען אויף אין אַ סך עקזעמפּלאַרן וועלן געפֿינען לייענערס — און אפֿשר אויך קויפֿערס. אמת, שווער צו זאָגן אויף וואָס מיר קענען בויען אונדזערע האָפֿענונגען, אָבער אונדזער געפֿיל פֿון אַחריות דיקטירט אונדז אָפּצוהיטן אַלץ וואָס האָט אַ ווערט.
אַ טייל ביכער זענען אָבער דערגאַנגען צו אונדז אין זייער אַ שווערן פֿיזישן מצבֿ – פֿאַרשימלט, מיט צעריסענע בלעטער. דאָס איז, אַגבֿ, דווקא אַ גוטער סימן ווײַל עס ווײַזט אַז אַ טייל ביכער (פּראָזעביכער פֿון י”י זינגער, יצחק באַשעוויס אָדער זלמן שניאור) זענען דורך די יאָרן דורכגעגאַנגען די הענט פֿון צענדליקער לייענערס — ווי עס זאָגן עדות די ביבליאָטעק-קאַרטלעך וואָס באַגלייטן אָט די ביכער. אַוודאי האָט נישט קיין זינען צו האַלטן צעריסענע און צעפֿאַלענע ביכער, און מיטן גרעסטן ווייטיק ווערן זיי אָפּגעשיקט אויף מאַקולאַטור. „יונג-ייִדיש‟ אין תּל-אָבֿיבֿ האָט אויך גענומען הונדערטער ביכער פֿאַר זייער זאַמלונג.
אין לעצטן סך-הכּל דאַרף מען זאָגן אַז די גרויסע ביכער-זאַמלונג וואָס ווערט אינטעגרירט אין בית שלום עליכם פּרעטענדירט נישט אָפּצושפּיגלען דעם פֿולן פֿאַרנעם פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור-שאַפֿערישקייט, ווײַל עס זענען אין איר כּמעט נישט פֿאַרטראָטן קיין ייִדישע ביכער געדרוקט אין אייראָפּע פֿאַרן חורבן. אָבער ווען מיר רעדן וועגן די נאָך חורבן-יאָרן איז די זאַמלונג אַ גאָר רײַכע — און זי וועט שטיין צו דער דיספּאָזיציע פֿון אַלע אוהבֿי-ייִדיש וואָס וועלן האַלטן טײַער אַ ייִדיש בוך. הלוואי זאָלן זיי זיך אָפּגעפֿינען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.