די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט די בירגער און אײַנוווינער פֿון מדינת־ישׂראל אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער אונטערנעמונג: אַ קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש.
דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר מענטשן װעלכע האָבן ביז איצט קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.
דרײַ דערציילונגען וועלן אויסגעקליבן ווערן און באַקומען פּריזן דערפֿאַר. די פּרעמירטע אַרטיקלען וועלן אָפּגעדרוקט ווערן אינעם פֿאָרווערטס, וואָס איז אַ מיטשטיצער פֿון דער איניציאַטיוו.
תּנאָים פֿונעם קאָנקורס:
מע קען אַרײַנשיקן אײן דערצײלונג, װאָס באַשטײט פֿון ניט מער ווי 3,000 װערטער, און איז נאָך ניט געדרוקט געוואָרן; נישטאָ קיין באַגרענעצונג פֿון סטיל אָדער זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן די געװינער פֿונעם קאָנקורס.
די מחברים פֿון דרײַ דערצײלונגען, װעלכע װעלן באַשטימט װערן װי די בעסטע, לױט דער מײנונג פֿון דעם זשורי, װעלן זוכה זײַן צו אַ פּריז:
ס’ערשטע אָרט – 3000 שקלים
ס’צװײטע אָרט – 1500 שקלים
ס’דריטע אָרט – 1000 שקלים
דער לעצטער טערמין פּון צושטעלן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז מיטוואָך דעם 21סטן אויגוסט, 23:59 אַ זײגער.
כּדי צו באַקומען די תּקנות פֿונעם קאָנקורס, אײַנגערעכנט די פּרטים ווי איבערצושיקן די דערצײלונג, די נאָרמעס און קריטעריעס פֿון אָפּשאַצן די קינסטלערישע װערק אאַז”װ, ווענדט זיך אין ביוראָ פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ דורך דעם בליצפּאָסט־אַדרעס yiddish@yidreshut.co.il
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.