דבֿרי־הימים פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ אין ישׂראל

Chronicling the Russian Intelligentsia in Israel

אַ רוסישער ביכערקראָם אין ערד, ישׂראל
Flickr
אַ רוסישער ביכערקראָם אין ערד, ישׂראל

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

Published July 11, 2019.

די סאָװעטישע עליה איז געקומען קײן מדינת־ישׂראל אין צװײ כװאַליעס, לכתּחילה אין די 1970ער און דערנאָך סוף־1980ער אָנהייב-1990ער יאָרן. לרובֿ האָבן זיך די רוסישע עולים גאַנץ גוט אײַנגעסדרט אין זײער נײעם „היסטאָרישן‟ הײמלאַנד. דערבײַ האָבן זײ אָפּגעהיט די רוסישע שפּראַך און קולטור. נאָך דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד זײַנען די באַציִונגען צװישן ישׂראל און די אַמאָליקע סאָװעטישע לענדער געװאָרן פֿרײַנדלעך. מען פֿירט בשותּפֿותדיקע געשעפֿטן, רוסישע טעאַטערס שפּילן אין ישׂראל און אין מאָסקװע דרוקט מען אױף רוסיש ביכער פֿון העברעיִשע מחברים.

אין ישׂראל האָט זיך געשאַפֿן אַן אײגענאַרטיקע רושיש־שרפּאַכיקע קולטור, װאָס איז כּולל ליטעראַטור, טעאַטער, קינאָ. אײניקע רוסישע שרײַבער פֿון ישׂראל, װי למשל דינה רובינאַ, זײַנען זײער פּאָפּולער צװישן דעם רוסיש־שראַכיקן עולם איבער דער גאַנצער װעלט. און פּונקט װי אין אַנדערע ליטעראַרישע סבֿיבֿות, איז דאָס רוסישע ליטעראַרישע לעבן אין ישׂראל פֿול מיט מחלוקות, קינאת־סופֿרים, רכילות וכדומה פֿרײלעכע זאַכן. דװקא דער דאָזיקער אַספּעקט איז בולט אינעם עפּישן װערק “כּנענישע כראָניקעס” פֿון נחום װײַמאַן. דאָס איז אַ מין טאָגבוך, װאָס װײַמאַן פֿירט זינט אָנהײב–1990ער און דרוקט אין המשכים. לעצטנס איז אין רוסלאַנד דערשינען דער דריטער באַנד, װאָס נעמט אַרײַן דאָס יאָר 2001 ביז 9/11.

װײַמאַן האָט זיך געפֿונען אַן אײגנאַרטיקן סטיל. ער מישט אַרײַן באַריכטן װעגן זײַנע באַגעגענישן מיט אַנדערע ליטעראַטן, אינטימע פּרטים פֿון זײַנע ליבע–אַװאַנטורעס, זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט פֿרײַנד און קאָכאַנקעס אין פֿאַרשידענע לענדער, זײַנע אָפּרופֿן אױף דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אין ישׂראל, און זײַנע חקירות װעגן ייִדישער געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע. צו מאָל איז ער גאַנץ שאַרף און ניט יושרדיק לגבי זײַנע קאָלעגעס, װאָס ער רופֿט לױט זײערע אמתדיקע נעמען. װען זײ װערן ברוגז אױף אים, ליפֿערט זײער כּעס אַ נײַעם מאַטעריאַל פֿאַר זײַנע סאַרקאַסטישע שילדערונגען. עס בלײַבט אָבער ניט קלאָר, פֿון װאַנען ער ציט זײַן פּרנסה.

אַזױ װי אַ סך רוסישע עולים פֿון זײַן דור (ער איז געבױרן געװאָרן אין 1947 און עולה געווען אין 1978) איז װײַמאַן פּאָליטיש ראַדיקאַל־רעכט. ער האָט פֿײַנט די פּראָגרעסיווע ייִדן צוליב דעם, װאָס זײ האָבן כּלומרשט בוגד געװען אינעם העלדישן אידעאַל פֿון ציוניזם. זײַן פּאָליטישער געדאַנקענגאַנג שפּיגלט אָפּ דעם עקסטרעם–קאָנסערװאַטיװן װעלטבאַנעם פֿון רוסישע נאַציאָנאַליסטן, אָבער זײַן נוסח פֿון נאַציאָנאַליזם איז אַ ייִדישער, ניט קײן רוסישער.

כּדי צו באַרעכטיקן זײַן שׂינאה צו אַראַבער, דערגײט ער צו דעם סאַמע שורש פֿון אוראַלטער ייִדישקײט, װען ייִדן האָבן ערשט דעראָבערט ארץ־ישׂראל און געפֿירט מלחמות מיט די כּנענישע שבֿטים. די “ירידה” פֿון דער אוראַלטער ייִדישער רעליגיע האָט זיך אָנגעהױבן מיט די נבֿיאים, װאָס האָבן אַרײַנגעבראַכט די הומאַניסטישע עטיק. פֿון דעם איז שפּעטער אַרױסגעװאַקסן קריסטנטום, אַ צװײַג פֿון דער אַלטער ייִדישער רעליגיע װאָס האָט זיך געקערט קעגן ייִדן.

װײַמאַן איז אַ טאַלאַנטירטער איבערזעצער. ער האָט געבראַכט דעם רוסישן לײענער די ראָמאַנען פֿונעם חשובֿן העברעיִשן שרײַבער יעקבֿ שבתּאי. שטיקלעך פֿון װײַמאַנס װערק זײַנען איבערגעזעצט געװאָרן אױף העברעיִש, אָבער בכּלל פֿאַרבלײַבט די גאַנצע רוסישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה גאַנץ אָפּגעזונדערט אין ישׂראל, ניט געקוקט אױף זײער הײסער געטרײַשאַפֿט דעם ציוניסטישן אידעאַל. מן הסתּם, שטערט זײ דװקא זײער ראַדיקאַל–רעכטער נאַציאָנאַליזם, װאָס איז ניט צום האַרצן דער ליבעראַלער ישׂראלדיקער אינטעליגענץ.

די “כּנענישע כראָניקעס” זײַנען אַ טשיקאַװע לעקטור. צו מאָל װערט מען אױפֿגעבראַכט דורך װײַמאַנס װילדע פּאָליטישע מיינונגען, צו מאָל ווערט מען פֿאַרכאַפּט דורך זײַנע שאַרפֿזיניקע אָבסערװאַציעס װעגן דער רוסישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין תּל–אָבֿיבֿ און ירושלים. װײַמאַנס סטיל פֿון אַ טאָגבוך איז לכאורה אױפֿריכטיק. ער גיט קאָנקרעטע דאַטעס, נעמען און פּרטים, אָבער דערבײַ שפּילט ער זיך מיט זײַנע לײענער און פּראָװאָצירט זײ סײַ מיט עראָטישע פּרטים און סײַ מיט זײַנע פּאָליטישע מײנונגען. זײַן דערצײלער קומט אַרױס װי אַ מענטש מיט שיפֿלות־קאָמפּלעקסן, װאָס זוכט כּסדר כּבֿוד און ליבע. אין תּוך איז זײַן ציל װי אַ קינסטלער צו פֿאַרפֿירן זײַנע לײענער און לאָזן זײ גלױבן, אַז דער דערצײלער און דער מחבר זײַנען דער זעלבער פּאַרשױן.

שױן העכער פֿערציק יאָר זינט זײַן עליה האַלט װײַמאַן ווײַטער אין זוכן פֿאַר זיך אַן אָרט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט װי אַ רוסיש-רעדנדיקער ייִדישער אינטעליגענט. ער איז גוט באַהאַװנט סײַ אין דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור און סײַ אין דער אַלװעלטלעכער קולטור. אָבער ניט ער, און ניט זײַנע רוסישע חבֿרים און קאָלעגעס אין ישׂראל האָבן ניט קײן אינטערעס צו ייִדיש–קולטור. ייִדיש איז פֿאַר זײ די שפּראַך פֿון זײערע טאַטע–מאַמעס און באָבע-זײדעס, װאָס זײַנען געקומען פֿונעם שטעטל. אַזױ װי די ערשטע ציוניסטן, גלױבן זײ אַז ייִדיש איז ניט “העלדיש”, אַז דאָס איז די שפּראַך פֿון גלות און צרות. מען װיל בפֿירוש זיך ניט אומקערן צו װילנע, װאַרשע אָדער אָדעס, נאָר גיכער צו די גײַסטלעכע װאָרצלען אין דער אוראַלטער מלכות־יהודה.

דאָס איז אָבער נישט קיין חידוש. זינט די 1970ער יאָרן האַלט די רוסיש־ייִדישע אינטעליגענץ אין אײן שאַפֿן זײער אײגענעם נוסח פֿון ייִדישקײט, װאָס מישט צונױף ראַדיקאַלן נאַציאָנאַליזם, מאָדערנע אײראָפּעיִִשע און נאָסטאַלגיע נאָך זײער יוגנט װי דיסידענטן אין דעם אַמאָליקן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד.