די שטאָט שאַוול איז ניט דווקא די ערשטע, אָדער אַפֿילו צווישן די ערשטע שטעט אָדער שטעטלעך, וואָס קומען אין זינען ווען מע רעדט וועגן ליטע.
אמת, פֿאַראַן אין ייִוואָ אַ זאַל מיטן נאָמען „שאַוול‟ אָבער די ייִדישע געשיכטע פֿון דעם אָרט, און וואָס ס׳קומט פֿאָר מיט ייִדן דאָרט הײַנט-צו-טאָג איז ניט זײער באַקאַנט. איך בין לעצטנס געווען אין ליטע עטלעכע מאָל, האָב איך שוין געוווּסט וועגן דעם באַרימטן באַרג מיט טויזנטער קרייצן וואָס שטייט דאָרט. איך געדענק אויך ווי די ווײַב פֿון אַ געוועזענעם דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער שולע אין מעקסיקע, וווּ איך האָב זיך געלערנט, האָט מיר אַמאָל דערציילט וועגן איר משפּחה, וואָס שטאַמט פֿון שאַוול. מײַן אייגענע משפּחה שטאַמט פֿון פֿאַרשיידענע ערטער אין ליטע, אָבער דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל וואָס איך הער פֿון שאַוול.
זינט דעמאָלט זענען פֿאַרבײַ יאָרן. פֿון צײַט צו צײַט האָב איך געקלערט אַז אַ מאָל וועל איך אויסשטאַטן אַ וויזיט קיין שאַוול און דעם באַרג מיט טויזנטער קרייצן וואָס סימבאָליזירט בײַ די ליטווינער אַ ווידערשטאַנד קעגן די סאָוועטן. ווי עס איז, וואָלט עס געווען אינטערעסאַנט זי צו באַזוכן. שאַוול איז הײַנט דאָך די פֿערטסטע גרעסטע שטאָט אין ליטע.
נאָך מער אינטערעסאַנט איז די סיבה פֿאַרוואָס איך בין, אין אָקטאָבער 2017, סוף־כּל־סוף, טאַקע געפֿאָרן אין דער שטאָט. איך האָב געדאַרפֿט זײַן אין ווילנע כּדי צו דערליידיקן עטלעכע לעגאַלע און גענעאָלאָגישע דאָקומענטן, און געדאַרפֿט וואַרטן עטלעכע טעג אין לאַנד ביז אַלץ איז גרייט. האָב איך געזוכט דורך דער אינטערנעץ מענטשן וואָס וווינען הײַנט אין ליטע און האָבן די זעלבע פֿאַמיליע (משפּחה-נאָמען) ווי איך, באַגלייט מיטן ליטווישן סופֿיקס „יס‟, דאָס הייסט — קערבליס. אַזוי האָב איך זיך דערוווּסט אַז דער פֿאָרזיצער פֿון אַ קליינער ייִדישער קהילה אין שאַוול הייסט טאַקע סאַניאַ קערבעליס. האָב איך אים געשריבן, און מיר האָבן זיך באַלד דערװוּסט אַז ייִדיש איז אונדזער איינציקע בשותּפֿותדיקע שפּראַך. מײַן נײַגעריקײַט איז, פֿאַרשטייט זיך, נאָך שטאַרקער געוואָרן.
מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין דער צענטראַלער שאַוולער אויטאָבוס־סטאַנציע. סאַניאַ האָט גערעדט ייִדיש פֿון דער היים און איז דאָרט אױפֿגעוואַקסן במשך דער סאָוועטישער אָקופּאַציע. ער רעדט טאַקע אַן אויטענטישן ייִדיש ווי מע פֿלעג זי רעדן אין דעם שטעטל זשאַגער, װוּ זײַן מאַמע איז דערצויגן געוואָרן.
ער האָט מיך קודם-כּל געפֿירט אין אַ שטיקל וואַלד בײַ דער „חיים פֿרענקל ווילע‟, וווּ ס׳איז אַ מאָל געשטאַנען די באַרימטע לעדער-פֿאַבריק פֿון דעם ייִדישן אינדוסטריאַליסט, און דאָס אָרט וווּ ס׳איז שפּעטער געשטאַנען דער שאַוולער געטאָ. אין דער ווילע האָט חיים פֿרענקל גוט אויפֿגעפּאַסט אויף זײַנע אַרבעטער: ער האָט געבויט אַ שול, אַ קליניק, אַ לייענזאַל. ער איז געווען אַ גרויסער טוער און אַ צענטראַלע געשטאַלט אין דער עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג פֿון דער שטאָט ביז אַרום 1920, און שפּעטער האָבן זײַנע קינדער איבערגענומען די פֿאַבריק.
אין וואַלד האָבן אויף אונדז געוואַרט אַ מאַן מיט אַ ווידעאָ־אַפּאַראַט, און אַ פֿרוי מיט אַ מיקראָפֿאָן. מען האָט סאַניען אינטערוויויִרט אין שײַכות מיט דער קאַמפּאַניע וואָס די קהילה פֿירט מיט דעם מײאָר פון שטאָט, אויפֿצובויען דאָרט אַ פּאַרקל אין אָנדענק פון די היגע חסידי אומות העולם, און צו בײַטן דעם נאָמען פֿון דער גאַס אויף „פֿרענקל-גאַס‟. די ווילע שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע ווי אַ מוזיי, אַ קולטורעלער צענטער, און אַ לאָקאַל פֿאַר אַלע מינים אונטערנעמונגען, אײַנשליסנדיק עטלעכע אַקטיװיטעטן פֿון דער ייִדישער קהילה. נאָך דעם, האָבן מיר געמאַכט אַ שנעלן טור פֿון דער ווילע, און די טרעפּ וואָס די סאָװעטן האָבן געבויט ניצנדיק מצבֿות פֿונעם ייִדישן בית-עולם.
שפּעטער זענען מיר געפֿאָרן אויפֿן בית-עולם גופֿא, װוּ מע קען נאָך געפֿינען רעשטלעך פֿון די פֿאַרבליבענע מצבֿות. אויף איין אָרט האָבן מיר געזען מיסט וואָס אַ גרופּע שיכּורים האָבן איבערגעלאָזט פֿון אַ פֿריִערדיקער נאַכט. „די נאַציס האָבן אונדז געוואָלט אומברענגען פֿיזיש, און די סאָוועטן — מאָראַליש‟, האָט קערבעליס אַ זאָג געטאָן. „ס׳איז נאָך דאָ אַ סך צו טאָן.‟
ניט ווײַט פֿון דער שטאָט, האָבן מיר אויך באַזוכט דעם אָרט װוּ עס זײַנען במשך פֿונעם חורבן פֿאָרגעקומען שחיטות פֿון ייִדן. צום סוף זײַנען מיר אַרײַן אינעם בנין פֿון דער ייִדישער קהילה: די געוועזענע קליניק פֿון אַן אָנגעזעענעם ייִדישן דאָקטער. דאָרט געפֿינען זיך עטלעכע זאַלן אויף זיצונגען; אַ קליינע שיל מיט אַ קליינער ספֿר-תּורה, און אַנדערע צימערן וואָס האָבן אַ סך פּאָטענציאַל. איך האָב זיך דאָרטן געטראָפֿן מיט עטלעכע מיטגלידער כאָטש איך האָב נאָר מיט עטלעכע פֿון זיי געקענט רעדן ייִדיש.
מיט סאַניאַן האָב איך געשמועסט וועגן דער פֿאַרגאַנגענהײט, וועגן דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדן אין שאַוול און אין ליטע בכלל. ער האָט מיר דערציילט אַז ער זעט ווי אַ סך ייִדן קריגן אַ ייִדישע דערציִונג אין אויסלאַנד, און האָבן דערפֿאַר אַ שטאַרקערע ייִדישע אידענטיטעט. ער האָט גערעדט וועגן דער וויכטיקײט פֿון דאָרט אָנפֿירן מיט מער אַקטיוויטעטן מיט אַ ייִדישן תּוכן, סײַ רעליגיעז, סײַ קולטורעל. ער גלייבט אַז דאָס לערנען זיך ייִדישע שפּראַכן וואָלט געווען גוט, אָבער ס׳זענען ניטאָ קײן לערערס דערויף. די קהילה איז אַ פּעריפֿערישע אין דעם אַז ס׳רובֿ מנדבֿים פֿאַראינטערעסירן זיך אין ווילנע אָדער אפֿשר קאָוונע, אָבער ניט אין די קלענערע ליטוויש־ייִדישע קהילות ווי שאַוול.
מיר קלערן צו אָרגאַניזירן אַקטיוועטעטן פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין שאַוול אין שײַכות מיט דער ייִדישער קולטור. פֿלי־בילעטן פֿון ענגלאַנד װוּ איך וווין זענען די טעג גאַנץ ביליג, אַזוי אַז ס׳איז גרינג צו ברענגען מענטשן אַהין פֿון צײַט צו צײַט.
דערווײַל האָבן מיר זיך שוין געטראָפֿן און געשמועסט דרײַ מאָל אין שאַוול, אַ דאַנק דער שטיצע פֿון אַ פּאָר מעקסיקאַנער ייִדישיסטן. מיר האָבן אָרגאַניזירט אַ לעקציע וועגן ליטווישע ייִדן אין מעקסיקע (אויף ייִדיש, מיט איבערזעצונגען), און צוויי וואַרשטאַטן וועגן שפּראַך און אידענטיטעט: ווי אַנדערע קהילות אַרבעטן מיט ייִדישע שפּראַכן און פֿאַר וואָס. מע האָט אויך געלערנט דעם אַלף־בית מיט אַ טייל פֿון די היגע ייִדיש־רעדערס.
מיר פּלאַנירן איצט אָנלײַן־טרעפֿונגען כּדי זיך צו לערנען אַ ביסל ייִדיש און עבֿרית — אַפֿילו מיט אָנהייבערס, ווי אויך עטלעכע רײַזעס קײן שאַוול אָנצופֿירן מיט אַ פּאָר קולטורעלע און רעליגיעזע אונטערנעמונגען. מיר ווילן אויך שאַפֿן אַ קינדער-פּראָגראַם פֿאַר די קינדער וואָס וווינען דאָ, און זיך באַמיִען איבערצוברענגען פֿון מאָל צו מאָל מדריכים פֿון ייִדישע יוגנט־באַוועגונגען וואָס עקסיסטירן אין אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט, כּדי די קינדער זאָלן קענען אָנטייל נעמען אין אַ ייִדישן זומער-לאַגער.
די שאַוולער ייִדן זענען זייער אַקטיוו בײַם אויפֿהאַלטן דאָס ייִדישע לעבן אין דער שטאָט. זיי אָרגאַניזירן ספּאָרטטורנירן און אַנדערע אונטערנעמונגען פֿאַר דער גאַנצער שטאָט; די מצבֿות זענען מער ניטאָ אויף די טרעפּ; מע האָט טאַקע געביטן דעם נאָמען פֿון דער גאַס װוּ עס שטייט די ווילע, און מע וועט טאַקע בויען אַ פּאַרק פאַר די חסידי אומות העולם.
אויב איר, פֿאָרווערטס־לייענער, זײַט פֿאַראינטערעסירט אין אונדזערע פּראָיעקטן און ווילט וויסן ווי איר קענט העלפֿן, פֿאַרבינדט זיך מיט אונדז אָדער דורך פֿייסבוק (Yiddish House London) אָדער דורך בליצפּאָסט (yiddish.house@gmail.com). אױב איר פֿאָרט אַ מאָל קײַן שאַװל פֿאַרבינדט זיך דירעקט מיט די קהילה־אינסטאַנצן דורך פֿייסבוק (Jewish Community Siauliai) צום סוף בין איך ניט געפֿאָרן זען דעם קרײצן־באַרג אָבער כ׳האָב יאָ אַ סך פֿאַרברענגט אױף ייִדיש אין דער שטאָט שאַװל. דערצו זענען סאַניאַ און איך טאַקע ניט קיין קרובֿים אָבער מיר האָבן פֿאָרט דערפֿילט אַ פֿאַרבינדונג וואָס האָט זיך געפֿילט זייער משפּחהדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.