דער פֿאַראיין פֿאַר ישׂראלדיקע לימודים האָט לעצטנס אויסגעטיילט זײַן אָנגעזעענעם „שפּירא־פּריז‟ דעם בוך, „הבמה כבית ארעי: התאטרון של דז׳יגאן ושומאכר‟ [די בינע ווי אַ צײַטווײַליקע היים — דער טעאַטער פֿון דזשיגאַן און שומאַכער], אָנגעשריבן פֿון דיעגאָ ראָטמאַן און אַרויסגעלאָזט דורכן „פֿאַרלאַג מאַגנעס‟ אין ירושלים.
דער פּריז אויפֿן נאָמען יונתן שפּירא (1927־1977) מערקט אָפּ דעם אָנדענק פֿון איינעם פֿון די וויכטיקסטע סאָציאָלאָגן אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע. יעדעס יאָר ווערט די פּרעמיע אויסגעטיילט צו אַן אויסערגעוויינטלעך אויסגעפֿאָרשט ווערק אויף אַ טעמע פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע, סאָציאָלאָגיע, יוריספּרודענץ, עקאָנאָמיק אָדער קולטור פֿון מדינת־ישׂראל אָדער פֿונעם ייִשובֿ אין פּאַלעסטינע פֿאַר 1948.
רויטמאַנס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון די צוויי ייִדישע אַקטיאָרן שמעון דזשיגאַן (1905־1980) און ישׂראל שומאַכער (1908־1961), וואָס האָבן אויפֿגעטראָטן אין איינעם אין ייִדישן טעאַטער אין פּוילן אָנהייבנדיק פֿון די מיט־1930ער ביז 1960 ווען זיי האָבן זיך צעשיידט. במשך פֿון די דרײַסיק יאָר האָבן זיי פֿאַרווײַלט דעם עולם אין שטעט און שטעטלעך איבער אייראָפּע, ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דרום־אַמעריקע.
„דאָס בוך איז אַ פּרעכטיקע שטודיע פֿון אַ כּמעט פֿאַרגעסענער תּקופֿה פֿון דער גלותדיקער און ישׂראלדיקער קולטור, וואָס האָט ממשותדיק משפּיע געווען אויף דער נײַער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און אַפֿילו אויף איר פּאָליטיק,‟ האָט די זשורי פֿונעם „שפּירא־פּריז‟ איבערגעגעבן אין אַ רעצענזיע פֿונעם בוך. „רויטמאַן עפֿנט אַ פֿענצטער צו דער כּמעט אומבאַקאַנטער (לכל־הפּחות דעם ישׂראלדיקן לייענער) די וועלט פֿון ייִדישן טעאַטער און הומאָר אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און בשעת די אָנהייב־1940ער.
„דאָס בוך כאַפּט אויף דעם קאָנטראַסט צווישן דעם ׳נײַעם ייִד׳ (דעם סברא) און דעם גלות־ייִד. צווישן די שורות קען דער לייענער דערקענען [דיעגאָס] האַרבע קריטיק פֿון דער אַראָגאַנץ — סײַ פֿון אַמאָל סײַ פֿון הײַנט — בײַ דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט וואָס האָט זיך אָפּגעריסן פֿון אירע אייגענע וואָרצלען.‟
די זשורי האָט אויך באַטאָנט דעם פֿאַקט וואָס דער סאַטירישער טעאַטער פֿון דזשיגאַן און שומאַכער האָט באַטראָפֿן דאָס איינציקע אָרט וווּ מע האָט געקענט הערן ערנסטע בײַסיקע קריטיק פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און רעגירונג־פּאָליטיק במשך פֿון די ערשטע צוואָנציק יאָר פֿון דער מדינה. רויטמאַנס בוך איז געשריבן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס, אוידיאָ־טאַשמעס, אינטערוויוען און אַנדערע דאָקומענטן, וואָס ער פּרעזענטירט אויף אַן אַקאַדעמישן און אויך הומאָריסטישן אופֿן, סײַ אויף ייִדיש סײַ איבערגעזעצט אויף העברעיִש.
„דער עיקר פֿון דעם בוך — שרײַבט די זשורי — און די זאַך וואָס שיידט עס אָפּ פֿון אַנדערע געשיכטע־ביכער וועגן וויכטיקע ציוניסטישע פֿיגורן זענען די געניאַלע אַנאַליזן וואָס שייך די אופֿנים ווי אַזוי די סאַטירע האָט אָפּגעשפּיגלט נישט בלויז די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט און דעם פּאָליטישן עסטאַבלישמענט, נאָר אויך דעם ׳חרם׳ אין וועלכן מע האָט געשטעלט דאָס ייִדישע לשון אין דעם פֿילאָ־העברעיִשן ישׂראל. אַשנטאָט דעם געוויינטלעכן פֿאַרגלײַך מיט טראַדיציאָנעלע שטעטל־בדחנים, באַטאָנט רויטמאַן דווקא די מאָדערניסטישע עלעמענטן פֿון זייער קונסט, און אַנשטאָט צו באַצייכענען זיי ווי פֿאָרשטייער פֿונעם גלות און פֿון אַ פֿאַרשווינדנדיקער וועלט, ווײַזט דאָס בוך ווי זייער סאַטירע איז געוואָרן ממש אַ טייל פֿון דער מאָדערנער קולטור פֿון די ייִדן אין גלות וואָס איז עד־היום משפּיע אויף דער ישׂראלדיקער קולטור.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.