די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ נישט־ייִדישן קיניג, דערצו אַ שׂונא־ישׂראל. דער מואָבֿישער מלך בלק האָט געהאָפֿט אײַנצורעדן דעם באַרימטן מכשף בלעם צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק. אַנשטאָט אַ קללה, האָט ער אָבער געבענטשט די ייִדן.
בלק האָט זיך אויסגעצייכנט מיט אַ וויכטיקן כאַראַקטער־שטריך: די אַנטשלאָסנקייט צו טאָן וואָס ער וויל, נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן. רות, וועלכע האָט געשטאַמט פֿון בלקן, האָט איבערגעגעבן אָט־די אומאָפּהענגיקייט־נטיה צו איר אוראייניקל דוד. צוליב דעם, באַטאָנען אַ צאָל חסידישע דענקער, האָט בלק זוכה געווען צו ווערן דער הויפּט־פּערסאָנאַזש פֿון אונדזער סדרה.
דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס דעם 17טן תּמוז. געוויינטלעך, וואָלט עס געווען אַ תּענית, נאָר הײַנט ווערט ער נדחה, אָפּגעלייגט, ביז זונטיק. לויט דער ייִדישער מסורה איז עס דער טאָג, ווען משה רבינו האָט צעבראָכן די ערשטע לוחות; ווען נבֿוכדנצרס אַרמיי און שפּעטער דאָס רוימישע מיליטער האָבן דורכגעבראָכן די ווענט פֿון ירושלים, און ווען עס זענען פֿאָרגעקומען אַ גאַנצע ריי אַנדערע צרות.
גלײַך ווי בלק איז נישט קיין אַבסאָלוט שלעכטע פּערזענלעכקייט, זענען אינעם ייִדישן יאָר נישטאָ קיין אַבסאָלוט שלעכטע דאַטעס. ווייניק מענטשן ווייסן מסתּמא, אַז לויט אונדזער לוח מעג מען דעם הײַנטיקן שבת צום צווייטן מאָל פּראַווען דעם אַמעריקאַנער אומאָפּהענגיקייט־טאָג. דער 4טער יולי איז געווען אינעם יאָר 1776 י״ז בתּמוז. ווען דזשאָן אַדאַמס, טאָמאַס דזשעפֿערסאָן און אַנדערע פּראָמינענטע אַמעריקאַנער פּאָליטיקער האָבן אונטערגעחתמעט די באַרימטע דעקלאַראַציע, האָבן ייִדן געפֿאַסט.
הגם אין די 13 בריטישע קאָלאָניעס האָבן דעמאָלט געוווינט בלויז אַ קליינע צאָל ייִדן, אַרום 2,500 נפֿשות, האָבן זיי געשפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע אין דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע — סײַ ווי מיליטער־לײַט, סײַ ווי פֿינאַנציעלע שטיצער. דער פּויליש־געבוירענער ספֿרדישער ייִד חיים סאָלאָמאָן איז געווען דער גרעסטער שטיצער פֿונעם גורלדיקן איבערקערעניש; דרײַ ייִדישע אָפֿיצירן, יצחק פֿראַנקס, דוד סאָלסבערי־פֿראַנקס און שלמה בוש האָבן פֿאַר זייערע העלדישע אויפֿטוען באַקומען דעם הויכן ראַנג פֿון לייטענאַנט־פּאָלקאָווניק. יצחק פֿראַנקסעס שוועסטער רחל איז געווען, אַגבֿ, יצחק סאָלאָמאָנס ווײַב.
ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען דעם מצבֿ אין דער דעמאָלטיקער אייראָפּע. אין שפּאַניע און אירע קאָלאָניעס האָט די אינקוויזיציע נאָך אַלץ גערודפֿט געשמדטע ייִדן — די נישט־געשמדטע האָט מען דאָך בכלל פֿאַרטריבן. אין פּוילן האָט זיך אין 1772 אָנגעהויבן דער אומרויִקער פּראָצעס פֿונעם צעטיילן די טעריטאָריעס, וווּ עס האָבן געוווינט אַ סך ייִדן, צווישן פּרײַסן, עסטרײַך און רוסלאַנד. אין פֿראַנקרײַך האָט די באַציִונג צו ייִדן גענומען זיך ביסלעכווײַז צו פֿאַרבעסערן, אָבער די עכטע עמאַנציפּאַציע האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ טוץ יאָר נאָכן אַמעריקאַנער 4טן יולי — אָנהייבנדיק פֿון דער פֿראַנצייזישער רעוואָלוציע. אין ענגלאַנד האָט די קליינע ספֿרדישע קהילה נישט געהאַט קיין בירגערלעכע רעכט.
בײַ אַ סך ייִדן, ווי אויך אַנדערע גערודפֿטע רעליגיעזע גרופּעס אין אייראָפּע, האָט אַמעריקע געקלונגען ווי אַ געבענטשט לאַנד, וווּ מע קאָן מיט אַ ביקס אין דער האַנט באַקומען אַן אמתע פֿרײַהייט. הײַנט קלינגט עס, אַפּנים, ווי אַ פּאַראַדאָקס, אָבער די אַמעריקאַנער קאָלאָניעס האָבן אויסגעזען פֿאַר די ספֿרדים ווי אַן אַלטערנאַטיוו צו דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע און אַנדערע מוסולמענישע לענדער. דאָרטן האָבן זיי זיך געפֿילט גאַנץ באַקוועם. אין אַמעריקע האָבן זיי אײַנגעזען די מעגלעכקייט צו לעבן לאַוו־דווקא באַקוועם און רויִק, אָבער אין גאַנצן פֿרײַ.
דאָס מיינט נישט, אַוודאי, אַז נאָכן אונטערשרײַבן די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע איז אַנטיסעמיטיזם, שוין אָפּגערעדט פֿון ראַסיזם, אין די געוועזענע בריטישע קאָלאָניעס פּלוצעם בטל געוואָרן. צום באַדויערן, האָבן צווישן די ייִדישע קעמפֿער פֿאַר אומאָפּהענגיקייט, אַזוי ווי אין אַנדערע באַפֿעלקערונג־גרופּעס, גענוג מענטשן געהאַט אַ שײַכות צו שקלאַפֿערײַ. בײַ ייִדן אין דרום־קאַראָלײַנע, וועלכע האָבן מיט גרויס התלהבֿות געשטיצט די רעוואָלוציע, איז דאָס האָבן שקלאַפֿן געווען אַ פֿאַרשפּרייטע זאַך. פֿונעם הײַנטצײַטיקן קוקווינקל, איז אַמעריקע אינעם סוף־18טן יאָרהונדערט געבליבן אַ ראַסיסטיש, באַרבאַריש און אַנטיסעמיטיש לאַנד.
דער פֿאַל מיטן בייזן, אָבער אומאָפּהענגיקן מואָבֿישן מלך בלק, פֿון וועלכן עס שטאַמט דאָס משיחישע מלכות־בית־דוד, ווײַזט, אַז דער וועג צו פֿרײַהייט איז צו מאָל אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער, פּאַראַדאָקסישער. ערשט מיט דורות שפּעטער זעען מיר — צום גוטן אָדער צום שלעכטן — די רעזולטאַטן פֿון גרויסע פּאָליטישע רעפֿאָרמען און רעוואָלוציאָנערע געשעענישן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.