הגם איציק מאַנגער איז געװען זײער סקעפּטיש לגבי דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור, האָט אַ סך זיך געביטן זינט זײַן טױט אין 1969, און דװקא אין מאָסקװע האָט מען מיט אַ װאָך צוריק דורכגעפֿירט אַ ספּעציעלע אַקאַדעמישע סעסיע לכּבֿוד מאַנגערס פֿופֿציקסטן יאָרצײַט.
די דאָזיקע סעסיע איז געװען אַ טײל פֿון דער קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע לימודים, אָרגאַניזירט דורך דעם אַקאַדעמישן צענטער „ספֿר‟. דער צענטער איז געשאַפֿן געװאָרן מיט 25 יאָר צוריק. ביז דעמאָלט האָבן אַ סך חשובֿע מענטשן, בפֿרט ציוניסטישע כּלל־טוער און ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, געהאַט גרויסע ספֿקות לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין דעם אַמאָליקן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. איצט איז אָבער קלאָר, אַז זײ האָבן זיך טועה געווען.
די יערלעכע „ספֿר‟־קאָנפֿערענצן ברענגען צונױף פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער געשיכטע, ליטעראַטור, שפּראַכן און געדאַנק פֿון דער גאַנצער װעלט. ביז לעצטנס פֿלעגן די דאָזיקע קאָנפֿערענצן פֿאָרקומען װינטער–צײַט, און אײניקע פֿאָרשער פֿון װאַרעמע מקומות האָבן מורא געהאַט פֿאַרן קנאַקנדיקן רוסישן פֿראָסט. הײַ–יאָר האָט מען דורכגעפֿירט די קאָנפֿערענץ אין יולי, האָט די צאָל אָנטײלנעמער מחוץ רוסלאַנד זיך שטאַרק צעװאַקסן.
דרײַ סעסיעס האָט מען אָפּגעגעבן טעמעס, װאָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. װאַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ פֿון פּאַריז האָט אַנאַליזירט געװיסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק, און יעלענאַ לוטשינאַ (ירושלים) האָט פֿאַרגליכן די נײַע אַמעריקאַנער לערנביכער פֿון ייִדיש פֿון אַ מעטאָדישן שטאַנדפּונקט.
דניאל רײזער פֿון ירושלים האָט דערצײלט, װי אַזױ ייִדיש איז געװאָרן אַ „הײליקע‟ שפּראַך בײַ די חסידים. לױט זײַן טעאָריע, איז דער דאָזיקער פּראָצעס פֿאָרגעקומען אין דרײַ עטאַפּן. לכתּחילה האָט ייִדיש געדינט פּשוט װי די שפּראַך פֿאַר דרשות פֿון צדיקים, װײַל דאָס איז געװען די גערעדטע שפּראַך בײַ חסידים. שפּעטער, זינט סוף–נײַנצטן יאָרהונדערט, איז ייִדיש אין די גרױסע אײראָפּעיִשע שטעט געװאָרן אַ מין שפּראַכלעכע װאַנט קעגן אַסימילאַציע. און נאָכן חורבן האָט מען אָנגעהױבן צו באַטראַכטן ייִדיש װי די שפּראַך פֿון די קדושים, װאָס האָט צוגעגעבן דער ייִדישער שפּראַך אַ נײַעם הײליקן סטאַטוס. עס איז מערקװירדיק, אַז צװישן די חסידים אין ישׂראל איז די באַציִונג צװישן ייִדיש און העברעיִש געװאָרן דער היפּוך אין פֿאַרגלײַך מיט הונדערט יאָר צוריק. איצט דינט עבֿרית װי די טאָגטעגלעכע װעלטלעכע שפּראַך, בעת ייִדיש איז געװראָן אַ מין לשון־קודש.
די אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער ספּעציעלער מאַנגער–סעסיע איז געװען יעקאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, אַ דאָקטאָראַנטקע פֿון דער אוניװערסיטעט פֿון רעגענסבורג אין דײַטשלאַנד. זי האָט דערקלערט, װי אַזױ די געשטאַלט פֿון דער קריסטלעכער הײליקער מרים פֿון מאַגדאַלאַ האָט זיך טראַנספֿאָרמירט אין מאַנגערס שעפֿערישן כּוח–הדמיון אין משך פֿון די 1930ער יאָרן. קוזנעצאָװאַ האָט באַמערקט, אַז בעת יעזוס איז געװען אַ פּאָפּולערע פֿיגור אין דער מאָדערניסטישער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט פֿאַרן חורבן, באַװײַזן זיך די פֿרױיִשע קריסטלעכע געשטאַלטן ווי יעזוסעס מוטער, מרים, און מרים פֿון מאַגדאַלאַ, בלױז אין מאַנגערס דיכטונג. לכתּחילה האָט מאַנגער געהאַט אַ שטאַרקן אינטערעס צו קריסטלעכע פֿיגורן און געשילדערט זײ מיט מיטלײד. אָבער מיט דער צײַט, װען די אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין דער קריסטלעכער אײראָפּע זײַנען געװאָרן שטאַרקער, איז זײַן באַציִונג געװאָרן מער נעגאַטיװ.
אַנקאַ טודאָרענטשיאַ פֿון בוקאַרעשט האָט באַקענט דעם עולם מיט מאַטעריאַלן װעגן מאַנגער פֿונעם בוקאַרעשטער ייִדישן מוזײ, צװישן זײ — זעלטענע פֿאָטאָס פֿון זײַן משפּחה. זי האָט דערצײלט װעגן דעם ספּעציעלן מאַנגער–נומער פֿונעם רומענישן ליטעראַרישן זשורנאַל “אַדאַם”, װאָס איז אַרױס אין 1937 אין שײַכות מיט מאַנגערס באַזוך אין רומעניע. פּראָפֿעסאָר דובֿ–בער קערלער (אינדיאַנער אוניװערסיטעט) האָט באַטראַכט די אײגנאַרטיקע גילגולים װאָס מאַנגערס ליריק, װי למשל „אױפֿן װעג שטײט אַ בױם‟, האָבן דורכגעמאַכט װי פֿאָלקסלידער.
פּראָפֿעסאָר װאַלערי דימשיץ (פּעטערבורג) האָט אױסגעטײַטשט מאַנגערס ראָמאַן „דאָס בוך פֿון גן–עדן‟ אינעם פּאָליטישן קאָנטעקסט פֿון ערבֿ־חורבן. אין דעם ראָמאַן האָט מאַנגער געשאַפֿן אַ נאָסטאַלגיש–איראָנישן אַלעגאָרישן אימאַזש פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון מיטל–אײראָפּע פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען ייִדן האָבן געלעבט גליקלעך אונטער דער שליטה פֿון דער האַבסבורגער מלוכה. מאַנגערס אױסגעטראַכטער גן־עדן נעמט אַרײַן געװיסע שטריכן פֿון אַמאָליקן טשערנאָװיץ, װוּ דער מחבר און זײַנע פֿרײַנד האָבן פֿאַרבראַכט די קינדער־יאָרן. דאָס איז געװען די צײַט, װען מען האָט נאָך געמעגט פֿרײַ אַרומפֿאָרן איבער גאַנץ אײראָפּע. װען מאַנגער האָט געשריבן דעם ראָמאַן, האָט ער זיך געפֿונען אין אַ פֿאַרקלעמטן מצבֿ. די פֿאַשיסטישע רומענישע רעגירונג האָט מבֿטל געװען זײן רומענישע בירגערשאַפֿט, און נאָך דעם האָט מען אים אַרױסגעטריבן פֿון פּױלן. סוף־כּל–סוף האָט זײַן נע־ונד געבראַכט מאַנגערן דורך פֿראַנקרײַך און צפֿון–אַפֿריקע קײן לאָנדאָן, און אַזױ אַרום איז ער ניצול געװאָרן פֿונעם חורבן.
צום שלוס האָט מען מיט גרױס אינטערעס און פֿאַרגעניגן אױסגעהערט דעם לעבעדיקן רעפֿעראַט פֿון ד”ר לעאָניד רױטמאַן פֿון בית–שלום-עליכם (תּל–אָבֿיבֿ) װעגן די פֿאָרשטעלונגען פֿון מאַנגערס װערק אױף דער ישׂראלדיקער בינע. רױטמאַן האַלט, אַז דװקא מאַנגערס „מגילה–לידער‟ זײַנען געװאָרן דער ערשטער ייִדישער ספּעקטאַקל, װאָס האָט אױסגענומען בײַ דעם ברײטן ישׂראלדיקן עולם. די װיכטיקסטע ראָלע אין דעם דערפֿאָלג האָט געשפּילט דער באַקאַנטער העברעיִשער רעזשיסאָר שלום ראָזענפֿעלד, װעלכער האָט צוגעצױגן פּאָפּולערע ישׂראלדיקע אַקטיאָרן. די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג איז געװאָרן אַזױ פּאָפּולער דװקא װײַל זי האָט ניט געטראָגן קײן טעם פֿון קלײנשטעטלדיקײט, װאָס איז דעמאָלט געװען טריף–פּסול בײַ דעם העברעיִשן עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.