Shehita - Trailer from Dean Gold on Vimeo.
דער ייִדיש־שפּראַכיקער שרעקפֿילם „שחיטה‟ וועט געוויזן ווערן ווי אַ טייל פֿונעם חשובֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל HollyShorts. די פֿילמען וואָס ווערן געוויזן אויפֿן דאָזיקן פֿעסטיוואַל ווערן אָפֿט שפּעטער באַטראַכט פֿאַר אָסקאַרס. ס׳איז כּמעט איבעריק צו זאָגן, אַז אַזאַ כּבֿוד ווערט זעלטן־ווען צוגעטיילט אַ ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם.
וועגן וואָס איז דער פֿילם? אין תּוך איז ער אַ פּיאָנער פֿון אַ נײַעם זשאַנער — אַ ייִדיש־שפּראַכיקער שרעקפֿילם. אויף אַ כּשרער מילכפֿאַרם אין קוועבעק באַמערקט אַ משגיח, אַ בעל־תּשובֿה (געשפּילט דורך אַבֿי האָפֿמאַן) אַ גאַנצע ריי מאָדנע געשעענישן, וואָס דערפֿירן צו אַ קאָנפֿליקט מיט די בעלי־בתּים פֿון דער פֿאַרם, אַ יונג חסידיש פּאָרפֿאָלק, און שטעלט אין סכּנה דעם וווילזײַן פֿונעם אָרטיקן פֿרומען ציבור.
איך האָב לכתּחילה געהערט וועגן דעם פֿילם־פּראָיעקט „שחיטה‟ מיט דרײַ יאָר צוריק. צוויי אָדער דרײַ מאָל אַ יאָר באַקום איך אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט, אַז אַ ווייניק־באַקאַנטער רעזשיסאָר צי פֿילם־סטודענט, וואָס הייבט ערשט אָן זײַן צי איר קאַריערע, זוכט אַקטיאָרן וואָס קענען ייִדיש אויף צו מאַכן אַ קורצן פֿילם. ווען דאָס טרעפֿט ווייס איך, אַז ס׳רובֿ פֿון דער צײַט וועט פֿון דעם זיך אויסלאָזן אַ בוידעם. דאָס איז ניט, חלילה, קיין קריטיק, נאָר אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם, ווי שווער עס איז צו שאַפֿן די נייטיקע געלטער אויף צו מאַכן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿילם בכלל, שוין אָפּגערעדט — אַ פֿילם אויף ייִדיש.
איז, ווען איך האָב מיט דרײַ יאָר צוריק אָנגעשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס אַ קורצע נאָטיץ, אַז דער ישׂראלדיקער פֿילם־סטודענט דין גאָלד זוכט אַקטיאָרן אויף צו מאַכן אַ ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם, האָב איך געהאָפֿט, אַז מע וועט פֿון דעם הערן גוטע בשׂורות, אָבער איך האָב געהאַט אַ חשד, אַז מע וועט אפֿשר וועגן דעם מער ניט הערן.
מיט אַ יאָר שפּעטער איז געקומען די ידיעה, אַז דער לאַנגיאָריקער ייִדישער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן וועט שפּילן אינעם פֿילם און אַ יאָר נאָך דעם האָט זיך באַוויזן אַ „טריילער‟, ווי אויך די נײַעס, אַז מע וועט ווײַזן דעם פֿילם אויף פֿאַרשידענע קינאָ־פֿעסטיוואַלן.
לעצטנס האָבן די פּראָדוצירער פֿונעם פֿילם, ווי אויך זײַן ייִדיש־איבערזעצערין און קאָנסולטאַנטקע, הינדי אַבעלסאָן, געלאָזט וויסן דעם פֿאָרווערטס, אַז דער פֿילם האָט שוין באַקומען גוטע רעצענזיעס בײַ אַ ריי קינאָ־פֿעסטיוואַלן.
בײַם „טאָראָנטער פֿעסטיוואַל פֿון קורצע פֿילמען‟ אין מאַרץ האָט מען אים אָנערקענט ווי דער בעסטער פֿילם פֿונעם פֿעסטיוואַל און דער עולם האָט אים אויסגעקליבן ווי זײַן באַליבטסטער. און בײַם שטאָקהאָלמער קינאָ־פֿעסטיוואַל האָט „שחיטה‟ געוווּנען אויפֿן ערשטן אָרט אין דער קאַטעגאָריע „בעסטער דראַמאַטישער קורצער פֿילם‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.