ייִדיש־ליגע זוכט נײַעם אויספֿיר־סעקרעטאַר

League for Yiddish Seeks New Executive Director


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 23, 2019.

די ייִדיש־ליגע האָט לעצטנס געלאָזט וויסן אַז איר לאַנגיאָריקער אויספֿיר־סעקרעטאַר שבֿע צוקער ציט זיך צוריק פֿון דער אַרבעט. די עקזעקוטיווע, בראָש מיט גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, זוכט איצט קאַנדידאַטן פֿאַר דער פּאָזיציע. דער נײַער אָנפֿירער פֿון דער ייִדיש־ליגע וועט אָנהייבן אין פֿעברואַר 2020. ווי אַ טייל פֿון דער אַרבעט וועט דער נײַער אויספֿיר־סעקרעטאַר קאָנטראָלירן פֿינאַנציעלע פּרטים פֿון דער אָרגאַניזאַציע, שאַפֿן געלט און געפֿינען נײַע מיטגלידער, אָרגאַניזירן פּראָגראַמען און לאַנצירן נײַע איניציאַטיוון, רעדן אין נאָמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע, אָנקניפּן באַציִונגען מיט אַנדערע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס און פֿאַרגרעסערן איר וועבזײַט. דער פּאַסיקער קאַנדידאַט דאַרף קענען פֿליסיק ייִדיש, האָבן דערפֿאַרונג ווי אַן אַדמיניסטראַטאָר, ווייסן ווי אַזוי אָנצופֿירן מיט אַ וועבזײַט, פֿייסבוק און טוויטער וכדומה און זאָל וווינען אין אָדער לעבן דער שטאָט ניו־יאָרק.

פֿאַראינטערעסירטע קענען שיקן זייערע רעזומעען גיטל שעכטער־ווישוואַנאַטן אויפֿן אַדרעס gitl@leagueforyiddish.org ביזן 25סטן אויגוסט. די שטעלע וועט זײַן אַ טיילצײַטיקע מיט דער מעגלעכקייט, אַז זי קען ווערן אַ פֿולצײַטיקע, אויב דער אויספֿיר־סעקרעטאַר שאַפֿט נײַע פּראָגראַמען, פּראָיעקטן, און איניציאַטיוון, וואָס וועלן זיך נייטיקן אין אַ פֿולצײַטיקן דירעקטאָר.

די ייִדיש־ליגע האָט איבערגענומען די פֿריִערדיקע אָרגאַניזאַציע די „פֿרײַלאַנד־ליגע‟ אין 1979. אַחוץ איר זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟ האָט די ייִדיש־ליגע אַרויסגעלאָזט אַ ריי ביכער און פֿילמען, אַרײַנגערעכנט דעם נײַעם אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך, די פֿילם־סעריע „אַ וועלט מיט וועלטלעך — שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס‟ און די נײַע אויפֿלאַגע פֿון שלום־עליכמס „מאָטל פּייסע דעם חזנס‟ פֿאַר סטודענטן. די ייִדיש־ליגע איז אויך באַקאַנט פֿאַר אירע טערמינאָלאָגיע־רשימות, וואָס ווערן פֿאַרשפּרייט סײַ דורך בליצפּאָסט, סײַ דורך פֿייסבוק און טוויטער.