„פּינחס הוא אליהו‟ – פּינחס איז אליהו; אַזוי שטייט געשריבן אין אַ צאָל באַקאַנטע מדרשים. וואָס שייך דעם אָנהייב פֿון אונדזער סדרה פּרוּוון רבי עובֿדיה ספֿורנו און אַ צאָל אַנדערע תּורה־מפֿרשים דערקלערן דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל על־פּי פּשט. לויט זייער שיטה, האָט דער רבונו־של־עולם באַשאָנקען פּינחסן פֿאַר זײַן קנאָות מיט אַן אייביק לעבן.
די מקובלים זענען אָבער מסביר, אַז אליהו איז געווען אַ גילגול פֿון פּינחסן – די זעלבע נשמה, וועלכע האָט מיט הונדערטער יאָרן נאָך משה רבינוס דור זיך ווידער באַוויזן אין דער וועלט אינעם גוף פֿון אליהו הנבֿיא. דאָס איז איינער פֿון די פֿאַלן, ווען אַ מיסטישער הסבר קלינגט מער פֿאַרשטענדלעך, ווי דער פּשוטער פּשט.
אין דער הײַנטיקער ייִדישקייט זענען פֿאַרשיידענע קבלה־ענינים ברייט אָנגענומען. אַדרבה, אין די חרדישע סבֿיבֿות ווערן די, וואָס לייקענען זיי אָפּ, פֿאַררעכנט פֿאַר אַפּיקורסים. דאָס וואָרט „גילגולים‟ איז געוואָרן זייער היימיש און ווערט באַנוצט אין אַ פֿיגוראַטיוון זינען אַפֿילו בײַ וועלטלעכע ייִדיש־רעדער; אַ באַקאַנטער פּאַריזער ליטעראַרישער זשורנאַל, צום בײַשפּיל, טראָגט אַזאַ נאָמען. אַפֿילו די, וואָס באַציִען זיך סקעפּטיש צו קבלה, באַטראַכטן די גילגולים־מעשׂים ווי פֿאָלקלאָרישע אויסטראַכטענישן — פֿאַלשע, אָבער באַטעמטע און ראָמאַנטישע.
אין די פֿריִערדיקע תּקופֿות זענען אָבער געווען אַ סך גרויסע רבנים, וועלכע האָבן שאַרף קריטיקירט די עצם־קאָנצעפּציע פֿון גילגולים. אינעם 10טן יאָרהונדערט האָט סעדיה גאָון געטענהט, אַז דער געדאַנק איז אַ פֿרעמדער און שטאַמט פֿון אינדיע. דער רמב״ם האָט, זעט אויס, בכלל נישט געהערט וועגן גילגולים־מעשׂיות בײַ ייִדן; לויט דער לאָגיק פֿון זײַן פֿילאָסאָפֿיע וואָלט ער זיי כּמעט זיכער אָפּגעוואָרפֿן. דער ענין איז געווען דעמאָלט באַקאַנט בלויז אין קליינע, געהיימע מיסטישע קרײַזן.
די הײַנטיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון מיסטישע ענינים סײַ אין דער ישיבֿה־וועלט, סײַ אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן און ספֿרדישן פֿאָלקלאָר, איז פֿאַרבונדן מיט דער אויסערגעוויינטלעך גיכער פֿאַרשפּרייטונג פֿון קבלה בײַ ייִדן צוליב דער טעטיקייט פֿון רבי יצחק לוריא (דער הייליקער אַריז״ל) און זײַנע תּלמידים אינעם 16טן יאָרהונדערט. ס׳איז כּדאַי אָבער צו דערמאָנען, אַז רבי לוריא איז געווען אַ תּלמיד פֿון זײַן מיטצײַטלער, דעם רמ״ק — רבי משה קורדובֿירו (קאָרדאָוועראָ) (1570-1522). ווי דער גרינדער פֿונעם באַרימטן קבלה־קרײַז אין צפֿת איז ער געווען, אין אַ גרויסער מאָס, דער זיידע פֿון דער גאַנצער הײַנטיקער קבלה־טראַדיציע. זײַן יאָרצײַט פֿאַלט אויס דעם הײַנטיקן ערבֿ־שבת, כ״ג בתּמוז.
וווּ משה קאָרדאָוועראָ איז געבוירן געוואָרן ווייסן מיר נישט, נאָר זײַן משפּחה־נאָמען איז פֿאַרבונדן מיט דער שפּאַנישער שטאָט קאָרדאָווע. אין זײַן דור האָבן ייִדן נאָך גוט געדענקט דעם גירוש־ספֿרד; אַ סך ספֿרדים זענען געווען אַפּאָקאַליפּטיש געשטימט און געגלייבט, אַז נאָך אַזאַ גרויסער צרה מוז באַלד קומען משיח. זײַן גרויסער רבי — יוסף קאַרו (קאַראָ), דער מחבר פֿונעם שולחן־ערוך — איז אויך געווען אַ פּראָמינענטער שפּאַניש־געבוירענער מקובל.
זײַן צפֿתער קבלה־קרײַז האָט דער רמ״ק געשאַפֿן אין 1550; דאָס הייסט, אין עלטער פֿון בערך 28 יאָר — להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, אַז קהלה מעג מען לערנען ערשט בײַ 40 יאָר. אַ סך מקובלים אין זײַן חבֿורה, בתּוכם דער אַריז״ל, זענען אויך געווען ייִנגער. וואָס שייך דעם אייביק־לעבעדיקן אליהו הנבֿיא, דעם גילגול פֿונעם הויפּטהעלד אין אונדזער סדרה, דערציילט מען, אַז ער האָט אַנטפּלעקט די טיפֿע סודות־התּורה סײַ דעם אַריז״ל, סײַ זײַן רבין — דעם רמ״ק.
רבי יצחק לוריא אַליין האָט כּמעט גאָרנישט איבערגעלאָזט בכּתבֿ, אַחוץ דרײַ שבתדיקע זמירות. זײַן גאָר קאָמפּליצירטע שיטה האָבן פֿאַרשריבן די תּלמידים, בפֿרט רבי חיים וויטאַל, אין אַ שווערן מיסטעריעזן סטיל. דער רמ״ק דינט ווי אַ שליסל צו קבלה.
אין פֿאַרגלײַך מיטן אַריז״ל, דערקלערט ער זײַן שיטה אויף אַ סיסטעמאַטיש־פֿילאָסאָפֿישן אופֿן. דעם רמ״קס הויפּט־ווערק „אור יקר‟ איז אַ מאָנומענטאַלער 12־בענדיקער פּירוש אויפֿן זוהר. זײַן „פּרדס רימונים‟ בלײַבט אַ קלאַסישע ענציקלאָפּעדיע פֿון קבלה, און זײַן „שיעור קומה‟ איז אַ קלאָרער, שׂכלדיקער קיצור פֿון די וויכטיקסטע קבלה־זאַכן. איין פּרק אינעם דאָזיקן ספֿר איז געווידמעט דער טעמע פֿון גילגולי־נשמות; אַ סך ברייטער ווערט עס דערקלערט אין „אור יקר‟. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז זײַנע ווערק זענען נישט בלויז טעאָרעטישע; אין „פּרדס רימונים‟ דערקלערט דער רמ״ק פֿאַרשיידענע פּראַקטישע מעדיטאַציע־מעטאָדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.