ווען איך בין אָנגעקומען קיין אַמעריקע, נאָך דער בלוטיקער מלחמה, בין איך שוין געווען אַ מיידעלע פֿון צוועלף.
פֿאַר מיר האָט זיך אַנטפּלעקט אַ נײַע וועלט, אַ נײַע שפּראַך, אַ נײַ לעבן. טאַטע־מאַמע — וואָס האָבן זיך געשראָקן פֿאַר פּאָליטיק — האָבן דערזען אַז דאָ גייט קיינער אונדז נישט נאָך מיטן ציל צו אַרעסטירן; די געשעפֿטן זײַנען אָנגעפּיקעוועט מיט אַלעם גוטן וואָס אַזוינס האָט מען אפֿילו אין חלום זיך נישט פֿאָרגעשטעלט. דער איינציקער חסרון — אַ נײַע שפּראַך וואָס גרילצט אין די אויערן… מע זאָגט אַז ענגליש קען מען פֿאַרגלײַכן צו אַ הייסן קאַרטאָפֿל אין מויל. די עלטערן זײַנען אָבער באַרויִקט געוואָרן, די וועלט איז אין דער בעסטער אָרדענונג.
מײַן טאַטנס אַמעריקאַנער פֿעטער ידידיה באָרגט אונדז 350 דאָלער אויף צו באַקומען אַ דירה אויף שליסל־געלט אַ גאַס אַוועק פֿון דער „טרײַבאָראָ־בריק‟ אין דער בראָנקס. די דירה איז רחבֿותדיק, ממש לוקסוס, פֿאַר אונדז, שארית־הפּליטהניקעס, וואָס מען רופֿט דאָ „רעפֿיודזשיס‟. האָט זיך אַמעריקע אַרויסגעוויזן צו זײַן אַן אמתער גן־עדן.
אין פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד, ווי אַ נײַן־יעריק מיידעלע, האָב איך זיך געלערנט שפּילן די פּיאַנע. אין אַמעריקע האָט מען זיך נישט געקענט פֿאַרגינען אַזאַ לוקסוס. האָב איך געזאָגט מײַן טאַטן: „איך האָב זיך דערוווּסט אַז דאָ איז פֿאַראַן אַן אָרגאַניזאַציע וואס רופט זיך ׳סאַלוויישאָן אַרמי׳. דאָרט קען מען קויפֿן אַ גענוצטע פּיאַנע.‟ איז מײַן טאַטע מיט מיר אַוועק אין „סאַלוויישאן אַרמי‟ און פֿאַר פֿינף און צוואַנציק דאַלער מיר געקויפפֿט אַ גענוצטע פּיאַנע. אויף קיין פּיאַנע־לעקציעס איז שוין נישט געווען גענוג געלט, האָב איך געשפּילט פון זכּרון קלאַסישע און טעגלעכע מוזיק.
מיר האָבן פֿאַרמאַגט אַן ערשטקלאַסישן פּרעזידענט, הערי ס. טרומאַן, אַ ליבער און צוגעלאָזענער מענטש. אונטער זײַן השגחה האָבן מיר זיך געפֿילט אין דער היים, ווי אייגענע, פֿרײַע מענטשן, ממש אַמעריקאַנער, צופֿרידענע און גליקלעכע. מיר זײַנען געווען אַ היפּשע צאָל שארית־הפּליטהניקעס, רעפֿיודזשיס און זיך אײַנגעבירגערט און געוואָרן נײַע אַמעריקאַנער.
צו צוועלף יאָר פֿלעג איך אַרומפֿאָרן אין די סאָבווייס בײַנאַכט, אָן שום מורא און שרעק. אַמעריקע איז געווען מײַן היים, און מיר האָבן נישט מורא געהאַט פֿאַר קיינעם, שוין אָפּגערעדט פֿון אונדזער איידעלן פּרעזידענט טרומאַן.
צײַטן בײַטן זיך. הײַנט האָט זיך דער פּאָליטישער קלימאַט אין מײַן אַמעריקע זייער שטאַרק געביטן. אויפֿן ווײַסן טראָן זיצט אַ פֿרעמדער, פֿאַר וועלכן מענטשן, דער עיקר „רעפֿיודזשיס‟ שרעקן זיך. הײַנט הערט מען ווילדע רייד פֿון אויבערשטן פֿון שטײַסל, הײַנט בלײַבט מען זיצן געפּלעפֿט פֿון אַכזריותדיקע רייד און אוממענטשלעכע באַציִונגען צו אימיגראַנטן. הײַנט כאַפּט מען אַוועק קינדער פֿון טאַטע־מאַמע „רעפֿיודזשיס‟ און מע זעצט זיי אַרײַן אין שטײַגן. הײַנט האָבן זיך אַמעריקאַנער רעגירונגס־לײַט פֿאַרוואַנדלט אין טויב־שטומע, הילפֿסלאָזע באַשעפֿענישן וואָס קענען זיך נישט קיין עצה געבן. וווּ איז אַהינגעקומען מײַן אַמעריקע, די גוטע, די מענטשלעכע, די באַהילפֿיקע אַמעריקע? נישט שוין זשע איז זי פֿאַרשוווּנדן מיטן נײַעם קאַבינעט? גיט מיר צוריק מײַן אַמעריקע!
מײַן אַמעריקע האָט געהאָלפֿן די אימיגראַנטן. מײַן „אָנקל סעם‟ האָט אונדז אויפֿגענומען מיט אויסגעשטרעקטע אָרעמס און אַ פֿרײַנדלעכן שמייכל. אין מײַן אַמעריקע פֿלעגט אַ פּאָליציאַנט אונדז אַריבערפֿירן דעם וועג ווען דער פֿאָרסיגנאַל האָט זיך געביטן. אין מײַן אַמעריקע האָט מען געקענט קויפֿן אַ גאַנצע מאָלצײַט פֿאַר פֿינף און צוואַנציק סענט אין אַן „אויטאָמאַט‟ רעסטאָראַן. אַ טעלעפֿאָן אין אַ בודקע האָט געקאָסט פֿינף און צוואַנציק סענט, אַ רײַזע אין סאַבוויי — צען סענט, פֿריטלעך („פֿרענטש פֿרײַס‟, די גרייטע, געפּרעגלטע קאַרטאָפֿעלעך אין די קיאָסקן אין גאַס) — פֿינף און צוואַנציק סענט. אַ בילעט אין קינאָ — פֿינף און צוואַנציק סענט. אַ פֿלעשל מילך — צען סענט. ברויט — צען סענט.
מײַן אַמעריקע האָט נישט געוווּסט פֿון קיין שרעק. מײַן אַמעריקע איז געווען פֿרײַ, זעלטן האָט מען געזען קעפּלעך אין צײַטונג וועגן הריגה און מאָרד, סעקס מיט קינדער־האַנדל, אָפֿענעם שווינדל, ליגנס אויף ליגנס פֿון ווײַסן־הויז, דאָס אַרומשלײַדערן זיך מיט מענטשן אין ווײַסן־הויז, אומגעהערט.
פֿאַרקערט, דאָס „ווײַסע הויז‟ איז אַלעמאָל געווען ציכטיק, סטאַביל, אָן סקאַנדאַלן, אָן קרימינעלן אויפֿפֿיר און אויסרופֿן ווי: „זעץ זי אײַן!‟ „שיק זיי צוריק פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען!‟ ווען די נעאָ־נאַציס האָבן, מאַרשירנדיק אין שאַרלאָטסוויל, געשריגן: „די ייִדן וועלן אונדז נישט איבערנעמען!‟ איז געקומען פֿון „ווײַסן הויז‟ די שוואַרצע ידיעה אַז צווישן דער חבֿרה נאַציסטן „געפֿינען זיך אויך גוטע לײַט!‟ מיט איין וואָרט, געוואַלד און געשריגן, מענטשן! גיט מיר צוריק מײַן אַמעריקע, די נאָרמאַלע, גוט־האַרציקע, גאַסטפֿרײַנטלעכע אַמעריקע, איידער דאָס „ווײַסע הויז‟ ווערט אויף אַזוי פֿיל פֿאַרשוואַרצט אַז מע וועט עס מוזן איבערמאָלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.