קהילה


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

בריוו פֿון ירושלים

פֿון מרדכי דוניץ

שוין 20 יאָר ווי “אַגודת־הסופֿרים העבֿרים במדינת־ישׂראל” — דער פֿאַרבאַנד פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין מדינת־ישׂראל — מערקט אָפּ דעם יום־טובֿ חנוכּה מיט אויסוויילן אַ “חתן־האור” — אַ “פּרײַזטרעגער פֿון ליכט”, איינעם פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין לאַנד, פֿאַר דעם יאָר תשע״ג.Read More


EROS־ישׂראל

פֿון משה לעמסטער

…און ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די זיבן יאָר תּפֿיסה פֿאַר אונדזער געוועזענעם ישׂראל־פּרעזידענט משה קצבֿ, די זיבן שווערע יאָר, וועלכע קומען, ווי מיר ווייסן, נאָך די זיבן גוטע יאָר. די זיבן גוטע יאָר זײַנע סימבאָליזירן ניט זיבן פֿעטע קי, נאָר זיבן שיינע ווײַבלעך, איבער וועלכע ער, משה קצבֿ, איז באַגאַנגען פֿאַר­שיידענע סעקסועלע פֿאַרברעכנס.Read More


אַ ווינטער-יאַזדע קיין מאָסקווע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

אין מאָסקווע האָב איך אַ מאָל אָפּגעוווינט אַריבער פֿופֿצן יאָר, און אָט די גאַנצע צײַט האָב איך פֿײַנט געהאַט די לאַנגע פֿינצטערע ווינטער-חדשים. די שטאָט זעט אויס גאָר אַנ­דערש, ווען ס׳איז וואַרעם. די פֿראַגע איז ניט נאָר ווי זי זעט אויס, אָבער ווי דו פֿילסט זיך אין דעם דאָזיקן בילד.Read More


וואָס איז טאַקע דער מוראדיקער ועד־הצניעות?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

מיט איבער אַ וואָך צוריק האָט אַ ברוקלינער זשורי דערקלערט, אַז נחמיה וועבערמאַן, אַן אָנגעזעענער 54־יאָריקער טעראַפּעפֿט אָן אַ ליצענץ, איז שולדיק אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט במשך פֿון צוויי־און־אַ־האַלב יאָר אַ יונג מיידל, וואָס מע האָט געשיקט צו אים נאָך גײַסטיקער הילף.Read More


י״ט כּיסלו און אַרכיטעקטור־סימבאָליזם פֿונעם "מלך־דעמיורג"

פֿון יואל מאַטוועיעוו

דאָס וואָרט “דעמיורג”, וואָס אויף גריכיש מיינט “אַ האַלבער גאָט”, מיינט אין געוויסע פֿאַלן, גײַסטיקע טראַדיציעס, דעם מנהיג פֿון עולם־הזה, וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ בייזער פּאַרשוין, אַ מין פֿינצטערער שאָטן פֿונעם אמתן גאָט. דער צוועק פֿון אַ מיסטישן גאולה־העלד איז צו פֿאַרשפּרייטן געהיימע ידיעות, וועלכע קאָנען העלפֿן דעם מענטש צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם בייזן מלך. כּדי צו באַקומען דעם דאָזיקן געמיינעם דעת, מוז מען צומאָל אַרײַנדרינגען אין דער סאַמע נעסט פֿונעם דעמיורג, נישט געקוקט אויף גרויסע סכּנות און נסיונות.Read More


היט זיך, דײַטשן — טובֿיה טענענבוים קומט צו פֿאָרן!

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דער מחבר פֿונעם בוך, Allein Unter Deutschen [אַליין אונטער דײַטשן], איז טובֿיה טענענבוים, אַ תּל־אָבֿיבֿ־געבוירענער קאָלומניסט פֿון דער דײַטשישער צײַטונג “די צײַט” (Di Zeit). די רובריק, וואָס באַהאַנדלט ענינים וועגן ספּאָרט און געזונט, קומט אַרויס צוויי מאָל אַ חודש, און שפּיגלט אָפּ טענענבוימס חוש פֿאַר הומאָר און איראָניע, ווײַל ער אַליין איז אַ דיקלעכער און רייכערט אַ פּעקל פּאַפּיראָסן אַ טאָג.Read More