פֿון יואל מאַטוועיעוו
דאָס וואָרט “דעמיורג”, וואָס אויף גריכיש מיינט “אַ האַלבער גאָט”, מיינט אין געוויסע פֿאַלן, גײַסטיקע טראַדיציעס, דעם מנהיג פֿון עולם־הזה, וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ בייזער פּאַרשוין, אַ מין פֿינצטערער שאָטן פֿונעם אמתן גאָט. דער צוועק פֿון אַ מיסטישן גאולה־העלד איז צו פֿאַרשפּרייטן געהיימע ידיעות, וועלכע קאָנען העלפֿן דעם מענטש צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם בייזן מלך. כּדי צו באַקומען דעם דאָזיקן געמיינעם דעת, מוז מען צומאָל אַרײַנדרינגען אין דער סאַמע נעסט פֿונעם דעמיורג, נישט געקוקט אויף גרויסע סכּנות און נסיונות.
Read More
פֿון משה לעמסטער
דעם 8טן דעצעמבער ווערט 95 יאָר זינט מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט פֿאַרלאָזט אונדזער זינדיקע ערד. און מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער, דעם 2טן יאַנואַרw קומט זײַן געבורטסטאָג. וואָס פֿאַר אַ מענטש איז ער געווען? צי האָבן די ערן־טיטלען: „קלאַסיקער”, „זיידע” — ניט פֿאַרשטעלט פֿאַר אונדז זײַנע מענטשלעכע מעלות און חסרונות, די סתּירות פֿון זײַן מענטשלעכער נאַטור?
Read More
פֿון איציק גאָטעסמאַן
דאָס פֿאָלקסליד וואָס מײַן באָבע פֿלעג זינגען, האָט זי, אַפּנים, זיך אויסגעלערנט פֿונעם אַלטער שוסטער (אַזוי האָט ער געהייסן), דער שוסטער אין איר שטעטל זוויניעטשקע. די צוועקעס פֿלעגט ער האַלטן אין מויל בשעת ער האָט זיי אַרײַנגעקלאַפּט אין שוך און דערבײַ געזונגען אָן אַ צאָל לידער.
Read More
פֿון לייזער בורקאָ
test
דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער איתּן בלום האָט עס טאַקע געטאָן. בײַ ייִדן אין ישׂראל דערקענט בלום צוויי מיני האַנטדרוקן: דער טראַדיציאָנעלער “האַנט-ריר” צווישן די פֿרומע און די ספֿרדים, און דעם “נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק” צווישן די וועלטלעכע “חילונים”.
Read More