אַרגענטינער־איראַנער הסכּם וועגן אַטאַק אויף „אַמיאַ‟ (1994)

Published January 28, 2013.

בוענאָס־אײַרעס (ייִט״אַ). — אַרגענטינע און איראַן האָבן אונטערגעשריבן אַ הסכּם צונויפֿצושטעלן אַן אומאָפּהענגיקן קאָמיטעט, וואָס זאָל אויספֿאָרשן דעם אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה־צענטער אין בוענאָס־אײַרעס אין יאָר 1994.

די אויסערן־מיניסטאָרן פֿון ביידע לענדער האָבן אונטערגעשריבן דעם אָפּמאַך זונטיק אין אַדיס אַבעבאַ, עטיאָפּיע, בעת אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ פֿונעם „אַפֿריקאַנער פֿאַרבאַנד‟. די פּאַרלאַמענט־הײַזער פֿון ביידע לענדער מוזן איצט באַשטעטיקן דעם אָפּמאַך.

לויטן פּלאַן וועט מען שאַפֿן אַ קאָמיסיע פֿון פֿינף אומאָפּהענגיקע ריכטער, וואָס קיינער פֿון זיי קומט נישט פֿון אַרגענטינע אָדער איראַן. די פֿאַרדעכטיקטע מעגן בלויז אויסגעפֿרעגט ווערן פֿון די אַרגענטינער יוסטיץ־באַאַמטע אין טעהעראַן.

דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער, העקטאָר טימערמאַן, וועלכער איז אַליין אַ ייִד, האָט דערקלערט, אַז ס׳איז נייטיק, אַז די אַרגענטינער לעגאַלע באַאַמטע זאָלן האָבן די מעגלעכקייט אויסצופֿרעגן די איראַנישע פֿאַרדעכטיקטע. „דאָס איז דער הויפּטציל פֿון די קרובֿים פֿון די קרבנות‟, האָט טימערמאַן געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט דער מלוכישער נײַעס־אַגענטור פֿון עטיאָפּיע.

הגם אַרגענטינע באַשולדיקט שוין פֿון לאַנג די איראַנישע רעגירונג אינעם אָרגאַניזירן דעם טעראָריסטישן אַטאַק, און „כעזבאָלאַ‟ — אין דורכפֿירן אים, האָט מען ביז איצט קיינעם נישט אַרעסטירט אין שײַכות מיט דעם ענין. זינט 2007 געפֿינען זיך זעקס איראַנער, אַרײַנגערעכנט דעם איצטיקן איראַנישן שוץ־מיניסטער, גענעראַל אַכמעד וואַכידי, אויף דער רשימה פֿון די צום מערסטן געזוכטע פֿאַרדעכטיקטע מצד דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליציי „אינטערפּאָל‟.

דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער, העקטאָר טימערמאַן
AFP/Getty Images
דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער, העקטאָר טימערמאַן

אין אָקטאָבער 2010 האָט איראַן אָפּגעוואָרפֿן אַרגענטינעס פֿאָרלייג צו מישפּטן די באַשולדיקטע אין אַ נייטראַל לאַנד. „די איראַנישע רעגירונג פֿאַרזיכערט, אַז קיין איין איראַנישער בירגער איז נישט געווען פֿאַרבונדן, דירעקט אָדער אומדירעקט, מיטן אויפֿרײַס פֿון דער ׳אַמיאַ׳,‟ איז געשטאַנען אין אַן אָפֿיציעלן בריוו פֿון איראַן צו דעם גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַן קי־מון.

„אָבער ווי וועט מען קאָנען לייזן דעם ענין מיט אַ לאַנד, וואָס לייקנט בכלל זײַן ראָלע אין דעם אַטאַק?‟ האָט געפֿרעגט סעריאָ ווידער, דער דירעקטאָר פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער ענינים בײַם „שמעון וויזנטאַל־צענטער‟. „ווי קען מען געטרויען אַ טאָטאַליטאַרישן רעזשים, וואָס רעספּעקטירט נישט קיין מענטשנרעכט?‟

די אַרגענטינער ייִדישע כּלל־טוער האָבן נישט אַרויסגעלאָזט קיין דערקלערונג וועגן דעם אָפּמאַך, אָבער עטלעכע קרובֿים פֿון די קרבנות האָבן באַמערקט, אַז זיי האָפֿן, אַז דער הסכּם וועט, סוף־כּל־סוף, ברענגען די לאַנג־יאָריקע אויספֿאָרשונג צו אַ תּכלית.