אַנטיסעמיטישע אַטאַקן געשטיגן אויף 5% אין אויסטראַליע

Anti-Semitic Attacks Rise by 5% in Australia

Published January 29, 2013.

סידני (ייִט״אַ). — במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 12 חדשים, איז געשטיגן אויף 5% די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אויסטראַליע, גיט איבער אַ נײַער באַריכט.

דזשערעמי דזשאָונס, אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם עקזעקוטיוון ראַט פֿון אויסטראַלישע ייִדן, האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ סטאַטיסטיק, וואָס ווײַזט אָן, אַז פֿון אָקטאָבער 2011 ביז סעפּטעמבער 2012 האָבן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿאַרצייכנט 543 אינצידענטן פֿון „ראַסיסטישע אַטאַקן‟ קעגן ייִדן אין אויסטראַליע.

„די אינצידענטן נעמען אַרײַן פֿיזישע אַטאַקן און וואַנדאַליזם,‟ האָט דזשאָונס געזאָגט. צווישן די ערגסטע פֿאַלן: מע האָט צעזעצט די פֿענצטער אין אַ שיל; מע האָט אויסגעזידלט און פֿיזיש געשלאָגן ייִדישע סטודענטן אויף דער גאַס; מע האָט געוואָרפֿן אייער און אַנדערע זאַכן אויף ייִדן, וועלכע גייען אין שיל, און מע האָט אויסגעשריגן: „היטלער האָט נישט פֿאַרענדיקט זײַן אַרבעט!‟ און „ס׳איז אַ שאָד, וואָס די דײַטשן האָבן אײַך נישט פֿאַרברענט!‟.

הגם דזשאָונס האַלט, אַז מע טאָר נישט מינימיזירן דעם עפֿעקט פֿון די אַנטיסעמיטישע אַטאַקן אויף די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אויסטראַליע — בערך 110,000 נפֿשות — האָט ער אויך באַטאָנט, אַז אין אויסטראַליע „פֿאַרנעמט מען זיך אַ סך ווייניקער מיט דער פֿראַגע, צי די ייִדן זענען ׳אמתע אויסטראַליער׳ צי ׳דרויסנדיקע׳, ווי אין די אַנדערע קריסטלעכע מלוכות.‟

„יעדן טאָג אין אויסטראַליע קומען ייִדן אין קאָנטאַקט מיט נישט־ייִדן, אָן שום קאָנפֿליקט,‟ האָט דזשאָונס געזאָגט.

געוויינטלעך, לאָזט מען אַרויס אין אויסטראַליע דעם יערלעכן באַריכט וועגן אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אָנהייב־דעצעמבער, אָבער דאָס מאָל האָט מען עס אָפּגעלייגט, כּדי עס זאָל פּובליקירט ווערן אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג‟, דעם 27סטן יאַנואַר.