סאַשע סענדעראָװיטש׃ ייִדישע פֿיגורן אין דער סאָװעטישער מדינה

Sasha Senderovich: Jewish Figures in Soviet Culture

סאַשע סענדעראָװיטש
סאַשע סענדעראָװיטש

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק איז אַרױס פֿון דרוק משה קולבאַקס ראָמאַן „זעלמעניאַנער” אין דער נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿון הילל האַלקין. דאָס איז אַװדאי אַ גוטע נײַעס פֿאַר די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער לי­טע­ראַטור, אָבער עס איז דערבײַ אױך אַ ביסל פֿאַר­דריסלעך. גוט, װאָס, סוף־כּל־סוף, האָט מען אַ פֿולע איבערזעצונג פֿון אײנעם פֿון די בעס­טע ייִדישע ראָמאַנען. אָבער צום באַדױערן, איז עס דאָס לעצטע בוך אין דער סעריע „נײַע ייִדי­שע ביבליאָטעק”, די בשותּפֿות­דיקע אונטער­נע­מונג פֿון דער „ייִדישער ביכער צענטראַלע” און דעם פֿאַרלאַג פֿונעם יעיל־אוניװערסי­טעט אונ­טער דער רעדאַקציע פֿון דוד ראָסקעס.

די הקדמה און די דערקלערערי­שע באַ­מער­קונגען צו דעם ראָמאַן האָט אָנ­געשריבן דער יונגער פֿאָרשער פֿון רו­סי­שער און ייִדי­שער קול­טור סאַשע סענ­דע­ראָ­װיטש. ער איז אױפֿ­גע­װאַקסן אין רוסלאַנד און שטודירט אין האַר­װאַרדער אוניװערסיטעט. אָבער קולבאַקס ראָ­מאַן האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך אין אָקס­פֿאָרד, אַ דאַנק פּראָפֿעסאָר יוסף שער­מאַן, ע״ה, אַ גרױסער ליבהאָ­בער און איבער­זע­צער פֿון סאָװעטישער ייִדי­שער ליטעראַטור.

זײ האָבן געלײענט דעם ראָמאַן אין נתן האַל­פּערס געקירצטער ענגלישער איבערזע­צונג. „איך האָב ליב באַקומען דאָס בוך”, זאָגט סענדעראָװיטש, „מיר האָט זיך געדוכט, אַז איך בין ביכולת צו פֿאַרשטײן זײַן אײגנאַרטיקן סאָװעטישן הומאָר און דערקלערן אים צו יוספֿן. ער איז געװען זײער פֿאַראינטערעסירט אינעם ענין פֿון סאָװעטיש־ייִדישן הומאָר, און מיר האָבן װעגן דעם געפֿירט לאַנגע שמועסן.” אַזױ אַרום איז די סאָװעטיש־ייִדישע קלאַ­סיק געקומען צו דעם ייִדישן יונגערמאַן פֿון סאָ­װעטן־פֿאַרבאַנד דורך אַמעריקע, ענגלאַנד, און דרום־אַפֿריקע, שערמאַנס הײמלאַנד.

סענדעראָװיטש האָט זיך אומגעקערט צו דעם ראָמאַן שפּעטער, נאָך דעם װי ער האָט זיך אױסגעלערנטן ייִדיש אין ייִװאָ, האַרװאַרד און װילנע. ער האָט באַשלאָסן אַרײַנצונע­מען „זעלמעניאַנער” אין זײַן דאָקטאָראַט װעגן דער צװײ־שפּראַכיקער סאָװעטיש־ייִדישער קול­טור אין די 1920ער—1930ער יאָרן.

סענדעראָװיטש דערצײלט װײַטער׃ „עס איז געװען זײער שפּאַנענדיק, װײַל איך האָב ניט געפֿונען כּמעט קײן נײַע קריטישע פֿאָר­שונגען װעגן דעם ראָמאַן, חוץ דער הקדמה צו דער פֿראַנצױזישער איבערזעצונג. מען האָט יאָ געשריבן װעגן קולבאַקס אַנדערע װערק, אָבער גאָרנישט װעגן ׳זעלמעניאַנער׳. און אין משך פֿון עטלעכע יאָרן האָב איך געזוכט אָפּרופֿן אױף דעם דאָזיקן ראָמאַן, געשריבן אין דער צײַט פֿון זײַן פּובליקאַציע. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער ראָמאַן האָט גורם געװען אַ גאַנצן וויכּוח אין דער דעמאָלטי­קער סאָװעטישער ייִדישער פּרעסע. איך בין גע­פֿאָרן קײן מינסק, געלײענט די צײַטונגען פֿון יענער צײַט, כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן דעם אַרומיקן קאָנטעקסט. אין תּל־אָבֿיבֿ האָב איך זיך באַ­קענט מיט קולבאַקס טאָכטער ראַיע, און שפּעטער האָב איך איר געװידמעט מײַן הקדמה צו דער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן.

„דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע פֿונעם פֿאָר­שערישן שטאַנדפּונקט איז פֿאַר מיר דאָס, װאָס דער ראָמאַן איז געדרוקט געװאָרן אין המשכים. װען מען באַטראַכט זײַן פּובליקאַציע־גע­שיכ­טע אינעם מינסקער זשורנאַל ׳דער שטערן׳ צװישן די יאָרן 1929 און 1935, זעט מען, װי שטאַרק עס האָט זיך געענדערט די סאָװעטי­שע קולטור אין משך פֿון אָט דער צײַט. עס איז זײער שפּאַנענדיק צו לײענען דעם טעקס אינעם קאָנ­טעקס פֿון יענער תּקופֿה. און דערצו נאָך איז דער ראָמאַן פֿול מיט הומאָר!”

סענדעראָװיטשס פֿאָרשערישער מע­טאָד ברענגט צונױף ליטעראַטור און גע­שיכטע. ער באַהאַנדלט די ליטע­ראַ­רישע שאַפֿונג װי אַ טײל פֿון דער ברײטער קולטורעלער און פּאָלי­טי­שער אַנטװיק­לונג אין דער גאַנצער תּקופֿה. אַזױ אַרום גע­פֿינט מען אין דער ליטעראַטור אַ סך אָפּקלאַנ­גען און אָפּשפּיגלונגען פֿון כּלערלײ אַספּעקטן פֿון דער היסטאָרישער װירקלעכ­קײט. און דער ראָמאַן „זעלמעניאַנער” פֿאַר­מאָגט זײער אַ רײַכן מאַטעריאַל פֿאַר אַזאַ מין מעטאָד. אין דער שפּראַך פֿונעם ראָמאַן לאָזן זיך דערקענען שפּורן פֿון קולבאַקס אַרבעט װי אַ סטיל–רע­דאַקטאָר אין דער ייִדישער סעקציע פֿון דער װײַסרוסישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע.

סענדעראָװיטש שרײַבט אין זײַן הקדמה׃ „דער פּאָליטישער קלימאַט אין סאָװעטן־פֿאַר­באַנד האָט זיך געענדערט זײער רעשיק, און די דאָזיקע בײַטן האָט מען בולט געזען אױף די זײַטן פֿונעם מינסקער ׳שטערן׳. דער אָנ­הײב פֿונעם ראָמאַן איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַ חודש נאָך דעם, װי סטאַלין האָט דער­קלערט דאָס יאָר 1929 װי ׳דאָס יאָר פֿונעם גרױסן איבער­בראָך׳. דאָס איז געװען דאָס צװײ­טע יאָר פֿונעם נײַעם פֿינף־יאָריקן פּלאַן, װען די גאַנ­צע סאָװעטישע װירטשאַפֿט איז אַריבער אױף דער פּלאַן־סיסטעם.”

דער אַנאָנס װעגן קולבאַקס ראָמאַן האָט זיך באַװיזן לעבן דער זײַט מיט סטאַלינס פּאָר­טרעט. דאָס איז געװען אַ סימן, אַז מען דאַרף אים לײענען װי אַן אָפּרוף אױף די ריזיקע סאָ­ציאַ­לע און פּאָליטישע בײַטן. די הױפּט־טע­מע פֿו­נעם ראָמאַן איז אַ פּועל־יוצא פֿון יענע בײַטן פֿאַר אַ פּשוטער ייִדישער משפּחה. קול­באַק אַנט­פּלעקט די בולטע קאָנטראַסטן און סתּירות צװישן דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער מליצה און דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטײגער, װאָס בלײַבט נאָך לעבעדיק אין מינסק אױפֿן שװעל פֿון די 1930ער יאָרן.

סענדעראָװיטש האָט בדעה איבער­צו­אַר­בעטן זײַן דאָקטאָראַט אין אַ בוך װעגן דעם ענין פֿון ייִדישער מאָבילקײט אין דער סאָ­װעטישער קולטור אױף ייִדיש און אױף רוסיש. אַ באַזונדערער קאַפּיטל װעט זײַן געװידמעט ׳זעלמעניאַנער׳. עס גײט דאָ אַ רייד װעגן לי­טעראַרישע פֿיגורן, װאָס האַלטן זיך כּסדר אױפֿן װעג, פֿאָרן אַרום איבער די ברײטע שטחים פֿון סאָװעטן־לאַנד, און צומאָל כאַפּן זיך אַרײַן אין אויסלאַנד. דער נײַער סאָװעטישער העלד װערט אַזױ אַרום אַ גילגול פֿון דער אַלטער גע­שטאַלט פֿונעם „אײביקן ייִד”, װאָס זוכט און קאָן ניט געפֿינען זײַן אָרט אין דער נײַער װעלט.

װאָס שײַך דער ענגלישער אױסגאַבע פֿון „זעלמעניאַנער”, טאָ לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס בוך װעט צוציִען נײַע לײענער צו דער ייִדישער ליטעראַטור און עפֿענען די װעלט פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור פֿאַרן נײַעם דור סטודענטן.