ישׂראלדיקע זיכערהייט אַרעסטירט געזעצגעבער פֿון „כאַמאַס‟

Israeli security forces arrest Hamas lawmakers

Published February 04, 2013.

ירושלים (ייִט״אַ). — די ישׂראלדיקע זיכערהייט-כּוחות האָבן אַרעסטירט 25 פּאַלעסטינער אויפֿן מערבֿ־ברעג, אַרײַנגערעכנט 9 באַקאַנטע געזעצגעבער פֿון „כאַמאַס‟, בעת אַ סעריע אַרעסטן, וועלכע זענען דורכגעפֿירט געוואָרן מאָנטיק אינדערפֿרי אין שכם, חבֿרון, ראַמאַלע און קאַלקיליע.

די זיכערהייט-כּוחות האָבן איבערגעגעבן, אַז די אַרעסטירטע האָבן נישט אַרויסגעוויזן קיין ווידערשטאַנד, הגם די אָרטיקע דאָרפֿס-לײַט האָבן באַוואָרפֿן עטלעכע סאָלדאַטן מיט שטיינער. ס׳איז אָבער אַ זעלטנהייט צו געפֿינען „כאַמאַס‟-פּאָליטיקער צווישן די אַרעסטירטע. דער מערבֿ־ברעג איז איצט אָנגעפֿירט דורך דער „פֿאַטאַך‟־פּאַרטיי, בראָש מיטן פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס; לויט די אינפֿאָרמירטע קוואַלן, פּרוּוון די „כאַמאַסניקעס‟ דאָרטן איבערצופֿלאַנצן אַ צווײַג פֿון זייער אָרגאַניזאַציע.