איראַן וואָרנט ישׂראל צוליב דעם אַטאַק קעגן סיריע

Iran: Israel will Regret Syria Air Strike

Published February 04, 2013.

ירושלים (ייִט״אַ). — סאַיִד דזשאַלילי, דער הויפּט פֿונעם איראַנישן זיכערהייט־ראַט, האָט מאָנטיק געמאָלדן, בעת זײַן וויזיט אין דמשׂק, אַז ישׂראל וועט „חרטה האָבן‟ פֿאַר די מיליטערישע אַטאַקן קעגן סיריע. דזשאַלילי האָט באַטאָנט, אַז סיריע איז „דער פֿראָנט פֿון דער קאָנפֿראָנטאַציע צווישן דער מוסולמענישער וועלט און דער ציוניסטישער פֿאָרמירונג‟, וועלכע וועט „חרטה האָבן פֿאַר איר אַגרעסיע‟.

סאַיִד דזשאַלילי, דער הויפּט פֿונעם איראַנישן זיכערהייט־ראַט
Getty Images
סאַיִד דזשאַלילי, דער הויפּט פֿונעם איראַנישן זיכערהייט־ראַט

מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט דער ישׂראלדיקער מיניסטער, אהוד ברק, געגעבן צו וויסן בעת דער זיכערהייט-קאָנפֿערענץ אין מינכן, אַז ישׂראל טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אַטאַק אויף אַ מיליטערישן אָביעקט אין סיריע, די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווי אויך אויף אַ קאָנוווי, וועלכער האָט געפֿירט געווער פֿאַר די „כעזבאָלאַ‟־מיליטאַנטן.

די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אָפֿיציעל נישט באַשטעטיקט אָדער נישט אָפּגעליינקט די דאָזיקע ידיעה. איראַן און סיריע האָבן פֿריִער געדראָט צו ענטפֿערן אויף ישׂראלדיקע אַטאַקן. דזשאַלילי האָט אויך געוואָרנט, אַז איראַן וועט זיך באַקלאָגן קעגן דעם אַטאַק אין אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, ווי דער פֿאָרזיצער בײַ דער „באַוועגונג פֿון נישט-אַליִיִרטע מלוכות‟.