„כעזבאָלאַ‟־טעראָריסטן באַשולדיקט אין אַטאַק אין בולגאַריע

Hezbollah Terrorists Accused in Attack in Bulgaria

דער בולגאַרישער פּרעזידענט, ראָסען פּלעוונעליעוו (רעכטס) און פּרעמיער בויקאָ באָריסאָוו, נאָך דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ דינסטיק, אין סאָפֿיאַ, וווּ זיי האָבן דערקלערט, אַז „כעזבאָלאַ‟ האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם טעראָריסטישן אַטאַק אין יולי 2012
Getty Images
דער בולגאַרישער פּרעזידענט, ראָסען פּלעוונעליעוו (רעכטס) און פּרעמיער בויקאָ באָריסאָוו, נאָך דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ דינסטיק, אין סאָפֿיאַ, וווּ זיי האָבן דערקלערט, אַז „כעזבאָלאַ‟ האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם טעראָריסטישן אַטאַק אין יולי 2012

Published February 05, 2013.

(ייִט״אַ). — צוויי מענער פֿאַרבונדן מיט „כעזבאָלאַ‟ זענען פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אין אַ טעראָריסטישן אַטאַק אויף אַ טור־אויטאָבוס אין בורגאַס, בולגאַריע, דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי. זעקס מענטשן, פֿינף פֿון זיי — ישׂראלים, זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם אויפֿרײַס, האָט דינסטיק געמאָלדן אַ באַאַמטער פֿון דער בולגאַרישער רעגירונג.

„כעזבאָלאַ‟ האָט אויך פֿינאַנצירט דעם אויפֿרײַס, האָט דער בולגאַרישער אויסערן־מיניסטער צוועטאַן צוואַטאָוו, איבערגעגעבן די רעפּאָרטערס דינסטיק נאָך אַ זעקס־שעהיקער זיצונג פֿונעם קאַבינעט.

לויט דער באַשולדיקונג, זענען צוויי פֿון די טעראָריסטן געווען אָפּעראַטיוון פֿון „כעזבאָלאַ‟, וועלכע האָבן געניצט פּאַספּאָרטן פֿון אויסטראַליע און קאַנאַדע. „מיר האָבן אינפֿאָרמאַציע, וואָס ווײַזט אַ בולטע פֿינאַנציעלע פֿאַרבינדונג צווישן ׳כעזבאָלאַ׳ און די צוויי פֿאַרדעכטיקטע,‟ האָט צוועטאַנאָוו דערקלערט. לעצטנס האָבן ביידע אָפּעראַטיוון געוווינט אין לבֿנון.

ביז איצט האָט בולגאַריע אויסגעמיטן עפֿנטלעכע דערקלערונגען וועגן דער פֿראַגע, ווער ס׳טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אַטאַק. ישׂראל באַשולדיקט סײַ „כעזבאָלאַ‟, סײַ איראַן, אינעם אויפֿרײַס, וואָס האָט אויך אומגעבראַכט דעם בולגאַרישן שאָפֿער פֿונעם אויטאָבוס. איראַן לייקנט, אַז זי האָט געשפּילט אַ ראָלע אין דעם, און באַשולדיקט ישׂראל אין דורכפֿירן דעם אַטאַק.

„איצט דאַרף מען שוין מער נישט האָבן קיין ספֿקות: ׳כעזבאָלאַ׳ דאַרף תּיכּף צוגעגעבן ווערן צו דער אָפֿיציעלער רשימה פֿון טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד,‟ האָט דערקלערט משה קאַנטאָר, דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟.

במשך פֿון די לעצטע פּאָר וואָכן האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס גערופֿן די אייראָפּעיִשע לענדער צו באַצייכענען „כעזבאָלאַ‟ ווי אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, אַזוי ווי עס האָבן שוין געטאָן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, אויסטראַליע און ניו־זילאַנד.

פֿאַראַיאָרן האָבן די בריטישע און האָלענדישע באַאַמטע אויך גערופֿן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד דורכצופֿירן אַ רעזאָלוציע קעגן „כעזבאָלאַ‟, וואָס שפּילט אַ הויפּטראָלע אין דער לבֿנון־רעגירונג. אָבער אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט פֿראַנקרײַך, האָבן זיך אָפּגעזאָגט — אַ פּנים, כּדי אויפֿצוהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט ביירוט.