ישׂראל: כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון 19טן צונויפֿרוף

The 19th Knesset Begins its Work

Getty Images

Published February 06, 2013.

דינסטיק, דעם 5טן פֿעברואַר, האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט די כּנסת פֿון 19טן צונויפֿרוף. בעת דער ערשטער זיצונג זײַנען די דעפּוטאַטן געבראַכט געוואָרן צו שבֿועה געטרײַ צו זײַן דער מלוכה און אירע געזעצן.

די נײַע כּנסת באַשטייט פֿון אַ הויכער צאָל נײַע געזעצגעבער — 53, פֿון זיי זײַנען 48 אויסגעוויילט געוואָרן צום ערשטן מאָל און האָבן נישט קיין פּאַרלאַמענטאַרישע דערפֿאַרונג. די 19טע כּנסת האָט אויך געשטעלט אַ רעקאָרד פֿון דער צאָל פֿרויען־דעפּוטאַטן און דעפּוטאַטן פֿון די רעליגיעזע פּאַרטייען — 27 און 38. 30 דעפּוטאַטן זײַנען אַראַבער און דרוזן.

לויט דער טראַדיציע, וועט דער עלטסטער כּנסת־דעפּוטאַט — איצט איז עס בנימין בן־אליעזר, פֿון דער “אַרבעטער־פּאַרטיי” — אָנפֿירן מיטן ערשטן פּלענום, ביז ס’וועט אויסגעוויילט ווערן דער נײַער ספּיקער פֿון דער געזעצגעבערישער פֿאַרזאַמלונג. בן־אליעזר האָט פֿאָרגעלייגט, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זאָל בעת זײַן וויזיט אין ישׂראל, וואָס ווערט דערוואַרט סוף מאַרץ, אויפֿטרעטן מיט אַ רעדע פֿון דער כּנסת־טריבונע.

לויט דער טראַדיציע, האָט דער ישׂראל־פּרעזידענט, שמעון פּערעס, אָפֿיציעל דערקלערט, אַז דער נײַער פּאַרלאַמענט הייבט אָן זײַן אַרבעט. ווי עס פֿירט זיך, האָבן די 120 דעפּוטאַטן, קודם־כּל, אויסגעהערט דעם היסטאָרישן אויפֿטריט פֿונעם ערשטן פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל דוד בן־גוריון, וועגן דער פּראָקלאַמירונג פֿון מדינת־ישׂראל.

די צערעמאָניע פֿון ברענגען צו שבֿועה איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטערן פֿאָרזיץ פֿונעם פּרעזידענט פּערעס און דעם הויפּט־ריכטער אַשר גרוניס.