סיריע: 54 אומגעקומען אין אויפֿרײַס

Syria: 54 Killed in Military Factory Blast

Published February 08, 2013.

אַ באָמבע־אויפֿרײַס בײַ אַן אויטאָבוס־סטאַנציע פֿאַר אַ מיליטערישער פֿאַבריק האָט אומגעבראַכט 54 מענטשן, צווישן זיי 11 פֿרויען — אַלע ציווילע אַרבעטער אין דער פֿאַבריק. ראַמי אַבדול־ראַכמאַן פֿון אַ סירישער מענטשן־רעכט־גרופּע האָט געזאָגט, אַז דער אויפֿרײַס איז פֿאָרגעקומען מיטוואָך אינעם דאָרף אַל־בוראַק, לעבן דער שטאָט כאַמאַ. דאָס איז אַ שטח אונטערן קאָנטראָל פֿון דער רעגירונג און דערפֿאַר האָט מען זיך דערוווּסט פֿון די נײַעס אַזוי שפּעט.

אַ מיני־אויטאָבוס אָנגעפּאַקט מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַל האָט אויפֿגעריסן וווּ אַרבעטער האָבן געוואַרט אַהיימצופֿאָרן נאָך דער אַרבעט. „זיי האָבן אַלע געאַרבעט פֿאַרן פֿאַרטיידיקונג־אָפּטייל, אָבער זענען אַלע ציווילע בירגער‟ האָט אַבדול־ראַכמאַן צוגעגעבן. די פֿאַבריק האָט פּראָדוצירט פֿאַרשיידענע זאַכן פֿאַרן מיליטער אָבער נישט קיין געווער.

קיינער, קיין אָרגאַניזאַציע, האָט דערווײַל נישט גענומען אויף זיך דאָס אַחריות פֿאַרן אַטאַק. וואָס שייך עטלעכע אַנדערע אויפֿרײַסן פֿון דעם מין, לעבן בנינים פֿאַרבונדן מיטן סירישן מיליטער, האָט אַל־קײַדאַ געזאָגט, אַז זיי האָבן זיי דורכגעפֿירט. די „יו־ען‟ האָט אין יאַנואַר אָפּגעשאַצט, אַז מער ווי 60,000 מענטשן זענען אומגעקומען אינעם בירגער־קריג אין סיריע.