פּויפּסט אין רוים רעזיגנירט

Pope Benedict Resigns

Getty Images

Published February 11, 2013.

צום ערשטן מאָל אין 600 יאָר וועט אַ פּויפּסט זיך צוריקציִען פֿון זײַן אָנפֿירנדיקער פּאָזיציע. פּויפּסט בענעדיקט דעם 16טן האָט מאָנטיק מודיע געווען, אַז דעם 28סטן פֿעברואַר וועט זײַן דער לעצטער טאָג פֿון זײַן אַרבעט. ביז סוף מאַרץ וועט מען אויסקלײַבן אַ נײַעם פּויפּסט.

דער 85־יאָריקער פֿירער פֿון דער קאַטוילישער רעליגיע האָט אַנאָנסירט זײַן באַשלוס אויף לאַטײַניש, ווען ער האָט זיך געטראָפֿן מיט די קאַרדינאַלן פֿונעם וואַטיקאַן. כּדי אויסצופֿירן די פֿליכטן פֿון זײַן פּאָזיציע, האָט ער זיי געזאָגט, „דאַרף מען האָבן כּוח סײַ אין גוף, סײַ בײַם מוח… צוליב מײַן עלטער בין איך מער נישט מסוגל דאָס צו טאָן‟.

במשך פֿון דער קאַדענץ פֿונעם פּויפּסט בענעדיקט דעם 16טן זענען די באַציִונגען צווישן דער קירכע און די ייִדן פֿאַרבעסערט געוואָרן. דער הויפּט אַשכּנזישער רבֿ אין ישׂראל יונה מעצקער האָט געלויבט דעם פּויפּסט פֿאַר דעם און געזאָגט „אַז איך האָף, אַז מע וועט ווײַטער אָנגיין אין דער ריכטונג‟.

פּויפּסט בענעדיקט דעם 16טן האָב באַזוכט ישׂראל אין 2009 און באַטאָנט די נאָענטע פֿאַרבינדונגען צווישן דער קאַטוילישער קירכע און דעם ייִדישן פֿאָלק. דאָס איז געווען בלויז דער דריטער באַזוך פֿון אַ פּויפּסט אין ישׂראל זינט דעם אויפֿקום אין 1948. אָבער וואָס שייך די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער, האָט דער וואַטיקאַן און ישׂראל פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען. דער וואַטיקאַן האָט באַגריסט די יו־יען־אָפּשטימונג פֿאַר אַ יאָרן, וואָס האָט אָנערקענט די פּאַלעסטינער מלוכה. דער וואַטיקאַן האָט אויך צו יענער צײַט גערופֿן צו אַ ספּעציעלן סטאַטוס פֿאַר ירושלים; אַ פּאָליטיק וואָס ישׂראל וואַרפֿן אָפּ.