ישׂראל באַשטעטיקט: בויען נאָך 90 היימען אויף די שטחים

Israel Will 90 More Homes in West Bank

נתניהו: אויפֿן מערבֿ־ברעג וועט מען בויען נײַע היימען
Getty Images
נתניהו: אויפֿן מערבֿ־ברעג וועט מען בויען נײַע היימען

Published February 11, 2013.

נישט געקוקט אויף דעם, וואָס פּרעזידענט אָבאַמאַ וועט אין גיכן באַזוכן דעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן, האָט די ישׂראל־רעגירונג באַשטעטיקט, אַז מע וועט בויען 90 נײַע היימען אין בית־אל אויפֿן מערבֿ־ברעג. פּרעמיער נתניהו האָט צוגעזאָגט, אַז, בסך־הכּל, וועט מען אויפֿבויען 300 נײַע היימען אין דער קאָלאָניע. יוני 2012 האָט דאָס העכסטע געריכט אין ישׂראל בײַזײַטיקט 30 משפּחות פֿון בית־אל, נאָך דעם ווי מע האָט געפּסקנט, אַז זיי האָבן אומלעגאַל געוווינט אויף דעם פּאַלעסטינער שטח.

עס קען זײַן, אַז דאָס בויען וועט זיך אָנהייבן אין עטלעכע וואָכן; דאָס הייסט, פּונקט צו דער צײַט, ווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט וועט קומען אין לאַנד. דער ענין פֿון פֿאַרגרעסערן די צאָל קאָלאָניסטן אויף די שטחים איז אַן אָנגעווייטיקטער צווישן נתניהו און אָבאַמאַ. ביידע צדדים באָטאָנען בפֿירוש נישט די מעגלעכקייט, אַז אָבאַמאַס באַזוך וועט אויפֿלעבן די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט געזאָגט, אַז דער פּרעזידענט וועט נישט קומען מיט קיין נײַע שלום־איניציאַטיוו. „די פּאַלעסטינער פּאָזיציע איז באַקאַנט: מע קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרהאַנדלען כּל־זמן מע בויט אויף הײַזער אויף די שטחים‟ האָט געזאָגט נאַביל אַבו רעדיינאַ, אַ וואָרטסמאַן פֿאַרן פּאַלעסטינער פּרעזידענט.

פּרעזידענט אָבאַמאַס פּלאַן צו קומען קיין ישׂראל האָט מען ערשט געוואָלט מודיע זײַן בעת זײַן „מצבֿ פֿון דער מלוכה‟־רעדע דינסטיק; זי איז אָבער באַקאַנט געוואָרן מיט עטלעכע טעג פֿריִער. אָבאַמאַ וועט אײַנשטיין צוויי טעג אין ירושלים, זיך טרעפֿן מיט די ישׂראלדיקע פֿירער, ווי אויך באַזוכן „יד־ושם‟ און דעם „הר־הרצל‟־בית־עולם. ער וועט האַלטן אַ רעדע אָדער אין אַן אוניווערסיטעט, אָדער אין פּאַרלאַמענט. עטלעכע שעה וועט ער פֿאַרברענגען מיט די פּאַלעסטינער פֿירער מאַכמוד אַבאַס און סאַלאַם פֿײַיאַד.