סיבירער שיל געליטן היזק פֿון מעטעאָרשטיין

Siberian Synagogue Damaged by Meteorite

הרבֿ לעוויטין לעבן דעם צעבראָכענעם פֿענצטער פֿון דער שיל אין טשעליאַבינסק, פֿרײַטיק
JTA/Chabad Online
הרבֿ לעוויטין לעבן דעם צעבראָכענעם פֿענצטער פֿון דער שיל אין טשעליאַבינסק, פֿרײַטיק

Published February 15, 2013.

(ייִט״אַ). — די געמאָלטע פֿענצטער פֿון אַ שיל זענען אויסגעזעצט געוואָרן, נאָך דעם ווי אַ מעטעאָרשטיין האָט אויפֿגעריסן איבער צענטראַל־רוסלאַנד, בערך 950 מײַל (1,500 קילאָמעטער) פֿון מאָסקווע, פֿרײַטיק אין דער פֿרי, און באַשאָטן די ערד מיט שטיקער פֿײַער.

מער ווי 500 מענטשן זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן פֿונעם מעטעאָרשטיין.

הרבֿ יחיאל מיכל לעוויטין, דער מנהל פֿון אַ ייִדישער טאָגשול אין טשעליאַבינסק, האָט איבערגעגעבן אַ ישׂראלדיקער וועבזײַט, אַז דער אָרטיקער מנין האָט, בײַם דאַווענען שחרית, פּלוצלינג דערהערט אַ ריזיקן אויפֿרײַס און דערנאָך דערזען אַ העלע ליכט.

וויקטאָר פּראָקאָפֿיעף, אַ 36־יאָריקער אײַנוווינער פֿון יעקאַטערינבורג אין די אוראַל־בערג, האָט געזאָגט „רויטערס‟: „כ׳בין געפֿאָרן צו דער אַרבעט, ס׳איז געווען גאַנץ פֿינצטער, אָבער פּלוצלינג איז געוואָרן אַזוי העל ווי אין מיטן טאָג.‟ תּיכּף נאָכן אויפֿרײַס, האָבן די אויטאָ־אַלאַרמען זיך צעפֿײַפֿט און די מאָבילע טעלעפֿאָן־נעצן זענען איבערגעריסן געוואָרן.

פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, וועלכער האָט זיך געגרייט אויפֿצונעמען די הויכע באַאַמטע פֿון פֿינאַנץ־מיניסטעריומס פֿון די „גרופּע פֿון 20 לענדער‟, איז אינפֿאָרמירט געוואָרן וועגן דער געשעעניש.

די רוסישע קאָסמאָס־אַגענטור „ראָסקאָסמאָס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז דער מעטעאָרשטיין איז געפֿלויגן 30 קילאָמעטער (19 מײַל) אַ סעקונדע, און אַזוינע פֿאַלן איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן.

לויט דעם נויטפֿאַל־מיניסטעריום, זענען 514 מענטשן געקומען נאָך מעדיצינישער באַהאַנדלונג. ס׳רובֿ פֿון די וווּנדן זענען געווען לײַכטע, אַ רעזולטאַט פֿון צעשמעטערטן גלאָז. 112 פֿון זיי האָט מען געהאַלטן אין שפּיטאָל. מע האָט אויך אַרויסגעשיקט מאַנשאַפֿטן אויפֿצוקלײַבן די פֿראַגמענטן פֿונעם מעטעאָרשטיין.

הגם אַזוינע געשעענישן זענען זעלטן, האָבן קוואַלן איבערגעגעבן, אַז אַ מעטעאָרשטיין האָט אין יאָר 1908 חרובֿ געמאַכט אַ שטח פֿון מער ווי 2,000 קוואַדראַט־קילאָמעטער אין סיביר.