פּורים און „אָסקאַר‟־פֿאַרמעסט

Purim and the Oscars

דוד און לעאָראַ ניסן פֿאַרשטעלט, פּורים, אין טעהעראַן, 1964
David Nissan
דוד און לעאָראַ ניסן פֿאַרשטעלט, פּורים, אין טעהעראַן, 1964

פֿון עדמאָן ראָדמאַן

Published February 22, 2013, issue of March 15, 2013.

(ייִט״אַ) הײַ יאָר פֿאַלט אויס פּורים אינעם זעלבן טאָג ווי די „אַקאַדעמי‟־פּריזן אין האָליוווּד. האָב איך ה זיך געטראַכט: ווי וואָלט איך זיך געקענט פֿאַרשטעלן אויף אַן אופֿן, ס‘זאָל זײַן בכּובֿידיק פֿאַר די „אָסקאַרס‟. בין אין געגאַנגען זען די אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין איראַן אינעם „פֿאַרולער מוזיי‟ בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס. די אויסשטעלונג האָט מען צו ערשט אָרגאַניזירט אינעם „בית־התּפֿוצות‟ אין ישׂראל. קוקנדיק אויף דער אויסשטעלונג, מיט דער עקזאָטישער מוזיק און שיינע פּאַרמעטן, האָב איך אײַנגעזען, אַז מגילת־אסתּר פֿאַר דער איראַנער ייִדישער באַפֿעלקערונג באַטײַט אַ סך מער, ווי פֿאַר אַנדערע ייִדן; דאָס איז די מעשׂה פֿון זייער עקזיסטענץ, זייער בלײַבן לעבן. די אויסשטעלונג האָט דערציילט, אַז די פּערסישע ייִדן האָט מען אָפֿט אונטערדרוקט, און אין געוויסע צײַטן האָט מען זיי געצוווּנגען זיך צו שמדן. אין מאַשאַד, דער צווייט גרעסטער שטאָט אין איראַן, האָבן געוווינט אַ צאָל באַהאַלטענע ייִדן, וואָס האָבן זיך געפֿירט ווי מוסולמענער אויף דער גאַס, אָבער ווי ייִדן אין דער היים. די חפֿצים אין דער אויסשטעלונג האָבן דאָס אָפּגעשפּיגלט — למשל, ייִדישע ספֿרים מיט אַן אײַנבינד, וואָס זאָל אויסזען ווי דער קאָראַן פֿון דרויסן. נאָך דער אויסשטעלונג האָב איך גערעדט מיט דער פּראָפֿעסאָרין נאַהיד פּירנאַזאַר, אַ פֿאָרשערין פֿון דער איראַנער ייִדישער געשיכטע און ייִדישער פּערסישער ליטעראַטור. „פּורים איז אַ יום־טובֿ וואָס באַטאָנט די צוויי־פּנימדיקייט פֿון דער איראַנער ייִדישער אידענטיטעט‟. פּירנאַזאַר איז געבוירן געוואָרן אין טעהראַן און איז געקומען קיין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן. אין איראַן, האָט זי דערציילט, האָט מען זעלטן געזען די ייִדן פֿאַרשטעלט. מע האָט געשאָנקען מתּנות איינער דעם אַנדערן, אָבער אָן המן־טאַשן. „איך האָב נישט געוווּסט וועגן המן־טאַשן ביז איך בין נישט געקומען אַהער. מיר עסן צוקער־קיכלעך און פּערסישע האַלווע.‟ אַן אַנדער סימן, אַז פּורים האָט באַטײַט אַ סך מער פֿאַר די איראַנער ייִדן: זיי פֿלעגן פֿאָרן אויף קבֿר אָבֿות צו מרדכי הצדיק און אסתּר המלכּה אין דער שטאָט האַמאַדאַן, און בעטן בײַ די פּורים־העלדן, זיי זאָלן זיך מיִען פֿאַר זיי. הײַנטיקן פּורים, ווייס איך שוין, אַז ווען איך פֿאַרשטעל זיך אין דער ראָלע פֿון מרדכי־הצדיק, קען איך זיך אינספּירירן פֿון דער געשיכטע פֿון די איראַנער ייִדן, „מרדכי‟ זאָל ווערן אַ מער באַדײַטדנדיקער כאַראַקטער דאָס מאָל.