אַ פּאָסט־מאַרקע לכּבֿוד אַ שיל

Stamp for shul’s anniversary

די פּאָסט־מאַרקעס לכּבֿוד דער היסטאָרישע שיל אין ראַדאַוצי, רומעניע
די פּאָסט־מאַרקעס לכּבֿוד דער היסטאָרישע שיל אין ראַדאַוצי, רומעניע

פֿון ייִט״אַ

Published March 01, 2013, issue of February 15, 2013.

רומעניע. - רומעניע האָט אַרויסגעגעבן פּאָסט־מאַרקעס אין שײַכות מיטן 130סטן יוביליי פֿונעם “גרויסן טעמפּל” — אַ שיל אין ראַדאַוצי, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם לאַנד. דעם 18טן אויגוסט, האָט די פֿירמע “ראָמפֿילאַטעליאַ” איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך צו שאַפֿן אַזאַ מאַרקע; דאָס איז די דאַטע, ווען מען האָט געעפֿנט די דאָזיקע סינאַגאָגע, לכּבֿוד דעם קײַזער פֿראַנץ־יאָזעף דעם ערשטן, וועלכער איז דעמאָלט אַרויף אויפֿן טראָן פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, אינעם יאָר 1883.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן אין ראַדאַוצי אָדער ראַדאַוץ, ווי דאָס שטעטל הייסט אויף דײַטש, געוווינט מער ווי 4,700 ייִדן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט באַטראָפֿן 35 פּראָצענט. אין דער “ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדישע קהילות אין רומעניע” ווערט דערציילט, אַז די אָרטיקע אײַנוווינער, די רומענער, האָבן פּאָגראָמירט די ייִדן אין 1941. שפּעטער, זענען אַ סך ייִדן אינעם שטעטל אומגעקומען בעת דעם חורבן. בסך־הכּל, זענען בערך 380-400 טויזנט רומענישע ייִדן אומגעבראַכט געוואָרן, לויט די ידיעות פֿונעם ירושלימער חורבן־מוזיי “יד־ושם”. דער “אייראָפּעיִשער ייִדישער קאָנגרעס” גיט איבער, אַז הײַנט וווינען אין גאַנץ רומעניע בלויז עטלעכע טויזנט ייִדן.

די היסטאָרישע שיל איז אַ מאַנומענטאַלער שטיינערנער בנין, אויסגעבויט אינעם מאַווריטאַנישן סטיל. צוליב צוויי הויכע טורעמס מיט קופּאָלן, דערמאָנט זי אַ ביסל אַ פּראַוואָסלאַוונעם קאַטעדראַל. דער אַרײַנגאַנג איז באַצירט מיט דרײַ פּרעכטיקע אַרקעס.

אויף דער מאַרקע זעט מען אַ צייכענונג פֿון דער שיל, אַ מנורה און אַ מגן־דוד.