לאַרי עליסאָן איז רײַכסטער ייִד אויף דער וועלט

Larry Ellison is the World’s Richest Jew

לאַרי עליסאָן
Getty Images
לאַרי עליסאָן

פֿון ייִט״אַ און וויקיפּעדיע

Published March 05, 2013, issue of March 15, 2013.

דער אַמעריקאַנער געשעפֿט־מאַגנאַט, לאַרי עליסאָן, איז דער גרעסטער ייִדישער גבֿיר אויף דער וועלט, לויט דער רשימה פֿון די וועלט־ביליאָנערן פֿון יאָר 2013, פּובליקירט מאָנטיק פֿונעם זשורנאַל ”פֿאָרבס“.

עליסאָן איז אַ מיט־גרינדער און שעף פֿון Oracle Corporation — די דריט־גרעסטע פֿירמע פֿון קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע, נאָך Microsoft און IBM.

עליסאָן איז איינער פֿון פֿינף ייִדן, וועלכע געפֿינען זיך אין דער רשימה פֿון די 25 רײַכסטע מענטשן. צווישן די 1,426 ביליאָנערן הײַנט־צו־טאָג, זענען 17 פֿון זיי — ישׂראלים.

עליסאָן איז געבוירן געוואָרן אין 1944 אינעם ”לאָער איסט סײַד“ פֿון מאַנהעטן, בײַ אַ 19־יאָריק נישט־חתונה־געהאַט מיידל. ווען ער איז געווען נײַן חדשים אַלט, האָט זי אים אַוועקגעגעבן צו איר מומע און פֿעטער אין שיקאַגע, וועלכע האָבן אים אַדאָפּטירט. ער האָט מער נישט געזען זײַן ביאָלאָגישע מאַמע, ביז ער איז געווען 48 יאָר אַלט.

עטלעכע יאָר האָט ער שטודירט אין אוניווערסיטעט, אָבער אים נישט פֿאַרענדיקט. אין די 1960ער יאָרן האָט ער זיך דערוווּסט וועגן קאָמפּיוטער־דיזײַן, און דערזען, אַז ער האָט טאַלאַנט צו דעם. אין 1979 האָט ער געגרינדעט אַ קאָמפּיוטער־פֿירמע, וואָס ער האָט איר שפּעטער אַ נאָמען געגעבן Oracle.

עליסאָן האָט הײַנט אַ ווערט פֿון 43 ביליאָן דאָלאַר. צווישן די אַנדערע ייִדן אויף דער ”פֿאָרבס“־רשימה זענען: דער ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער, מײַקל בלומבערג — 27 ביליאָן דאָלאַר; דער קאַסינאָ־מאַגנאַט און פֿילאַנטראָפּ, שעלדאָן איידלסאָן — 26.5 ביליאָן דאָלאַר; די מיט־גרינדער פֿון Google, לאַרי פּיידזש (23 ביליאָן) און סערגיי ברין (22.8 ביליאָן).

דער רײַכסטער מענטש אין דער גאַנצער רשימה, שוין צום פֿערטן יאָר, איז קאַרלאָס סלים פֿון מעקסיקע. נאָך אים: ביל גייטס, פֿון Microsoft; דער שפּאַנישער קליידער־מאַגנאַט, אַמאַנסיאָ אָרטעגאַ און דער אינוועסטירער, וואַרען באָפֿעט.