צוויי פּילאָטן צעקראַכט אויף טויט

Two Pilots Killed in Crash

די צוויי אומגעקומענע ישׂראלדיקע פּילאָטן: נועם רון (רעכטס) און ארז פֿלעקסער (לינקס)
IDF Website
די צוויי אומגעקומענע ישׂראלדיקע פּילאָטן: נועם רון (רעכטס) און ארז פֿלעקסער (לינקס)

פֿון „האָרץ‟

Published March 12, 2013, issue of March 15, 2013.

ישׂראל. — אַ ישׂראלדיקער מיליטערישער „קאָברע‟־העליקאָפּטער האָט געקראַכט בײַנאַכט צווישן מאָנטיק און דינסטיק, בערך 1 אַזייגער, נישט ווײַט פֿונעם קיבוץ רבֿדים, אינעם דרומדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל. צוויי פּילאָטן־רעזערוויסטן אינעם העליקאָפּטער — דער 49־יאָריקער לייטענאַנט־פּאָלקאָווניק נועם רון, פֿון אורנית, און דער 31־יאָריקער מאַיאָר ארז פֿלעקסער, פֿון חיפֿה — זענען אומגעקומען.

די פּילאָטן זענען געווען אין אַ געוויינטלעכן צוגרייטונג־פֿלי, ווען די ראַדיאָ־באַזע אין פּלמחים האָט פּלוצעם פֿאַרלוירן דעם קאָנטאַקט מיט זיי. אַ הויכראַנגיקער וועטעראַן פֿונעם ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט, האָט איבערגעגעבן אין אַן אינטערוויו פֿאַר „האָרץ‟, אַז די אומגעקומענע זענען געווען געניטע רעזערוויסטן, וועלכע זענען געווען תּמיד גרייט צו אַ מעגלעכער מיליטערישער אַקציע און זענען כּסדר דורכגעגאַנגען צוגרייטונגען. ווען דער ראַדיאָ־קאָנטאָקט איז אָפּגעריסן געוואָרן, האָט דאָס מיליטער, צוזאַמען מיט דער פּאָליציי, גרענעץ־דינסט און דעם „רויטן מגן־דוד‟, זיך געלאָזט זוכן דעם פֿאַרשוווּנדענער העליקאָפּטער.

די סיבה פֿונעם אומגליק־פֿאַל בלײַבט דערווײַל אומקלאָר. די פּילאָטן, אויף וויפֿל מע ווייסט, האָבן נישט באַמערקט קיין טעכנישע פּראָבלעמען בעת דעם פֿלי. דער גענעראַל־מאַיאָר אמיר אשל האָט אָרגאַניזירט אַן אויספֿאָרשונג פֿונעם אינצידענט. די גופֿים פֿון די אומגעקומענע זענען נאָך נישט אידענטיפֿיצירט געוואָרן.

דאָס איז שוין אַ צווייטער אינצידענט, וואָס איז לעצטנס געשען מיט די „קאָברע‟־העליקאָפּטערס. אין סעפּטעמבער 2008, זענען צוויי פּילאָטן אומגעקומען אין אַן ענלעכער סיטואַציע, בעת אַ געוויינטלעכן צוגרייטונג־פֿלי. שפּעטער האָט מען אויסגעפֿונען, אַז דער הינטערשטער מאָטאָר האָט זיך פּלוצעם צעבראָכן.

בעת אַ סעריע פֿון אַנדערע סכּנותדיקע אינצידענטן, נישט לאַנג צוריק, ווען אַ צאָל אַנדערע פּילאָטן זענען שיִער נישט דערהרגעט געוואָרן, האָט אשל באַפֿוילן עטלעטע מיליטערישע עראָפּלאַנען צו לאַנדן. די „קאָברע‟־העליקאָפּטערס ווערן אָבער באַטראַכט ווי מער סטאַבילע. פֿריִער, אין מאַרץ 2008 איז אָבער אויסגעבראָכן אַן אַנדער אינצידענט מיט זיי, ווען צוויי פּילאָטן זענען אַראָפּגעפֿאַלן אינעם מיטל־לענדישן ים און אומגעקומען, אויך צוליב טעכנישע פּראָבלעמען.