נײַער ליטעראַרישער נומער „אויפֿן שוועל‟

New Issue of Afn Shvel: New Yiddish Literature

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published March 15, 2013, issue of March 15, 2013.

עס איז לעצטנס אַרויס אַ נײַער, פֿאַרברייטערטער נומער „אויפֿן שוועל‟, אַ נומער אָפּגעגעבן דער „נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟. דער זשורנאַל, אונטער דער רעדאַקציע פֿון שבֿע צוקער, ווערט אַרויסגעגעבן פֿון „דער ייִדיש־ליגע‟ אין ניו־יאָרק. דער איצטיקער טאָפּל־נומער (358־359, ווינטער־פֿרילינג 2013) איז געדרוקט געוואָרן אין אַן אַנדער פֿאָרמאַט, ווי אַ ביכל, און באַשטייט פֿון 170 זײַטן מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, צייכענונגען און ביאָגראַפֿיעס פֿון די שרײַבערס. כאָטש ווײַט נישט אַלע ייִדישע שרײַבערס הײַנט האָט מען אַרײַנגענומען אינעם באַנד, וועט ער זיכער דינען ווי אַ מין יאָרבוך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין יאָר 2013.

אין „אַ וואָרט פֿריִער‟ שרײַבט צוקער, אַז „דער אָפּרוף אויף אונדזער עפֿנטלעכן קול־קורא אַרײַנצושיקן נײַע שאַפֿונגען האָט אונדז באמת איבערגעראַשט. מער ווי פֿערציק בעלנים האָבן אַרײַנגעשיקט מאַטעריאַל. אויסגעקליבן האָבן מיר פֿון זיי דרײַסיק… די שרײַבערס שטעלן מיט זיך פֿאָר די ברייטע גרענעצן פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט. זיי וווינען אויף פֿיר קאָנטינענטן און אין זיבן לענדער: די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, ישׂראל, אויסטראַליע, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און שאָטלאַנד, אָבער זיי שטאַמען פֿון אַנדערע ערטער אויך ווי, למשל, אַרגענטינע, ענגלאַנד, ליטע, מאָלדאָווע, פּוילן, רומעניע און רוסלאַנד… פֿאַר די ניינזאָגערס וואָס האָבן געזאָגט נבֿיאות, אַז די שפּראַך וועט אונטערגיין איז דאָס ביכל אַ באַווײַז, אַז נישט‟.

דער נומער ווערט אײַנגעטיילט אויף דרײַ חלקים: פּראָזע, פּאָעזיע און „ביכּורים‟ — „די ערשטע פֿרוכטן פֿון די שרײַבערס אין דעם זשאַנער‟. אין יעדן טייל באַטייליקן זיך שרײַבערס פֿון צוויי, דרײַ דורות, און די המשכדיקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז אויך אַ בולטע טעמע פֿון דער אַנטאָלאָגיע. למשל, פֿונעם עלטערן דור באַטייליקן זיך: אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, יצחק לודען, משה שקליאַר, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, שׂימחה סימכאָוויטש און געלע שווייד פֿישמאַן. אַגבֿ אינעם „ביכּורים‟־אָפּטייל, באַטייליקן זיך נישט נאָר ייִנגערע שרײַבערס, נאָר אויך גוט־באַקאַנטע שרײַבער, איבערזעצער און טוער ווי בערל זומאָף און הינדי נאָסעק אייבעלסאָן.

אינטערעסאַנט, וואָס פֿאַר זייערע פּראָזעווערק האָבן צוויי מחברים — דניאל גלאַי און מיכאל פֿעלזענבאַום, ביידע פֿון ישׂראל, געשאַפֿן דראַמעס. אַזוי ווי די „פֿאָלקסבינע‟ אין ניו־יאָרק האָט די טעג מודיע געווען אַ קאָנקורס פֿאַר נײַע ייִדישע דראַמעס, זעט אויס, אַז אַזוינע נײַע שאַפֿונגען וועלן נישט פֿעלן. דאָס פּראָזעווערק, בכלל, בעלעטריסטיק און זכרונות, באַשרײַבן סײַ די הײַנטיקע וועלט, סײַ די אַלטע היים, סײַ די צײַט צווישן די צוויי — דהיינו, לודענס באַשרײַבונג פֿון זײַנע יאָרן אין פּוילן נאָכן חורבן.

אינעם אָפּטייל פֿון פּאָעזיע באַטייליקן זיך מער שרײַבערס, טייל פֿון זיי, מיר אומבאַקאַנט, ווי גרשון ווײַס, אַ פּסיכיאַטער אין טינעק, ניו־דזשערזי, וועלכער שרײַבט מאָדערניסטישע פּסיכאָאַנאַליטישע לידער:

אַרויף און אַראָפּ אין פּסיכישע כוואַליעס, די פֿילפֿאַרביקע נעץ איז
אויסגעשפּרייט איבערן ים־המוח. ליבעס ייִדישע און גוייִשע, אָבסעסיעס
פֿרומע און פֿרײַע, אַ חתונה, אַ שלום־נקבֿה, אַ ברית, אַ גט, אַ מוראדיק
אַכטפֿוסיק וואַנטגעמעל אין וווינצימער, אַ חלום פֿון פּליִען בײַם באַלעטבאַר,
פֿאַרברענטע דיכטונג, נאָך אַ חתונה, נאָך אַ ברית, צען שטיבער, אַ טוץ
שטעלעס, פּסיכאָטעראַפּיעס נאָך אַ מאָל — ווידער אַ מאָל, תּורה־סחורה,
הונדערט עקסטאַזן, טויזנט מרה־שחורהס. איך שטיי אויפֿן דעק פֿון אַ שיף מיט
צעבראָכענע מאַסטביימער; דער קאָפּ טוט מיר וויי. וווּ געפֿינט זיך דער באָדן?
(פֿונעם ליד „מײַן לעבן ווי אַ פּראָזעליד‟)

אַז מע וויל זיך באַקענען מיט דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור, איז דער נײַער נומער „אויפֿן שוועל‟ אַ גוטער אָנהייב. עס זענען פֿאַראַן בלויז געציילטע שריפֿטן און וועבזײַטן אויף ייִדיש, וווּ מע קען לייענען נײַע ייִדישע שאַפֿונגען, פֿאַרשטייט זיך, די „פֿאָרווערטס‟־צײַטונג און וועבזײַט בתוכם. מיט דעם נומער האָט „אויפֿן שוועל‟ צוגעגעבן אַ וואָגיקן צושטײַער צו דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור, און יעדער וואָס אינטערעסירט זיך מיט דעם, וואָלט דעם זשורנאַל געדאַרפֿט איבערלייענען מדאָשקע לדאָשקע. מע קען אים באַשטעלן אויף דער וועבזײַט פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟.