די ייִדיש־וועלט אין 25 יאָר אַרום

The Yiddish World 25 Years Later


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 18, 2013, issue of March 29, 2013.

בײַ מיר האָט זיך באַוויזן אַ תּירוץ צו פּראַווען אַ שטיקל יובֿל — מיט 25 יאָר צוריק, דעם 12טן מאַרץ, בין איך געוואָרן אַ “פּראָפֿעסיאָנעלער ייִד”. דאָס הייסט, אַז אויב פֿריִער פֿלעג איך זיך “דרייען” לעבן די ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן און מע האָט אַפֿילו געדרוקט אייניקע זאַכן מײַנע, קודם-כּל, דערציילונגען, טאָ מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק איז עס געוואָרן מײַן פֿאַך. דעם 12טן מאַרץ 1988 בין איך נײַן אַ זייגער אין דער פֿרי געקומען צו מײַן נײַער אַרבעט, אין דער רעדאַקציע פֿון דעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד”. צו יענער צײַט האָב איך שוין געקענט אַלע מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, אָבער איין זאַך איז געווען צו קענען, און גאָר אַן אַנדער זאַך איז — דאָרט צו אַרבעטן. און מע דאַרף זאָגן, אַז וועגן אַלעמען זײַנען בײַ מיר פֿאַרבליבן וואַרעמע — אָדער לכל-הפּחות, גאַנץ וואַרעמע — זכרונות. דאָס האָט אַ שײַכות אויך צום רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס, ווײַל כאָטש אַ מענטש איז ער געווען אַ שווערער, האָב איך זיך אין פּראָפֿעסיאָנעלן זין פֿון אים אַ סך געלערנט.

אָבער איך קלײַב זיך ניט איצט שרײַבן קיין זכרונות וועגן מײַן מאָסקווער דערפֿאַרונג. איך וויל פּשוט אַ ביסל פֿאַרסך-הכּלען, ווי די ייִדיש-וועלט האָט זיך געביטן פֿאַר אָט די פֿינף-און-צוואַנציק יאָר.

סוף 1980ער יאָרן זײַנען נאָך געווען ייִדישע צײַטונגען אין ישׂראל, און אויך עטלעכע זשורנאַלן פֿלעגן דאָרטן אַרויסגיין. אין ניו-יאָרק האָט מען געדרוקט עטלעכע זשורנאַלן. צוויי צײַטונגען פֿלעגן זיך פֿאַרקויפֿן אין פּאַריז. בוענאָס-אײַרעס האָט געהאַט אַ צײַטונג. איך רעדט שוין ניט וועגן די צײַטונגען אין אַזעלכע שטעט ווי ביראָבידזשאַן, וואַרשע און בוקאַרעשט. דאָס אַלץ פֿלעגט אָנקומען אין דער מאָסקווער רעדאַקציע און האָט געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון אַ גרויסער וועלט, מיט טויזנטער לייענער און אַ היפּש ביסל שרײַבער.

אמת, דער אימאַזש האָט זיך גענומען בײַטן, ווען מיר איז אויסגעקומען זיך באַגעגענען פּנים-אל-פּנים מיט דער דאָזיקער “וועלט”. בײַנאַנד מיט זייער סימפּאַטישע און פֿעיִקע טוער, האָב איך געזען ניט ווייניק “קליינע מענטשעלעך” — דעם דאָזיקן אויסדרוק האָט זייער ליב געהאַט חיים ביידער, דער פֿאַרטרעטער פֿון הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון “סאָוועטיש היימלאַנד” און אַ גרויסער האָרעפּאַשניק. באַזונדערס אַ מאָדנעם אײַנדרוק האָט אויף מיר געמאַכט דער „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟, כאָטש דאָרטן זײַנען אויך געווען זייער אָנשטענדיקע, סימפּאַטישע לײַט. אָבער די גאַנצע אָרגאַניזאַציע האָט — אין מײַנע אויגן — אויסגעזען ווי עפּעס אַ קליינשטעטלדיקע מאַכערײַקע. ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרשטיי איך ניט, וואָס האָט זי — אַ וועלט-אָרגאַניזאַציע! — אויפֿגעטאָן, וואָס פֿאַר אַ שפּור האָט זי איבערגעלאָזט אינעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן? אויב איך פּלאָנטער ניט, האָט אַ מאָל אַן ערך די זעלבע פֿראַגע שאַרף געשטעלט פּראָפֿעסאָר שיקל פֿישמאַן. ער איז זיכער געווען גערעכט.

אין די מיט-1990ער יאָרן, ווען איך בין שוין געווען אין אָקספֿאָרד, איז אויפֿגעקומען די אידעע צו דרוקן אַ נײַעם ייִדישן זשורנאַל. און ער איז טאַקע אין משך פֿון עטלעכע יאָר אַרויסגעגאַנגען, אונטערן טיטל “די פּען”. די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט מיר געהאָלפֿן זיך אין גאַנצן אויפֿצוּוועקן און אָנהייבן, סוף-כּל-סוף, צו פֿאַרשטיין דעם אמתן מצבֿ פֿון ייִדיש. קודם-כּל איז קלאָר געוואָרן, אַז צו יענער צײַט איז שוין זייער שמאָל געוואָרן דער קרײַז מענטשן, וואָס האָבן געקענט גראַמאַטיש-ריכטיק שרײַבן ייִדיש. דערבײַ פֿיר איך ניט דורך קיין גרענעץ צווישן די, וואָס שרײַבן “צוּוואַרטן” אָדער “צואוואַרטן”. איך מיין, אַז זייער ווייניק מענטשן האָבן געקענט פּשוט צונויפֿשטעלן אַ פֿראַזע אויף ייִדיש און זי אָנשרײַבן. און די צאָל שאַפֿערישע מענטשן איז פּשוט געוואָרן אַזוי קליין, אַז דעם זשורנאַל האָבן מיר פֿאַרמאַכט — ס’איז פּראָסט-פּשוט ניט געווען וואָס צו דרוקן.

דערצו איז די צאָל אַבאָנעמענטן קיין מאָל ניט געוואָרן גרעסער פֿון אַ פּאָר הונדערט. אָט דאָס איז פֿאַר מיר געווען דער גרעסטער שאָק. איך האָב דאָך געגלייבט, אַז אויב אין דער ניט-פֿרײַער סאָוועטישער וועלט האָט דער זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד” געקענט האָבן, אַפֿילו אין די סאַמע לעצטע יאָרן, אַ טיראַזש פֿון אַרום 5.000 קאָפּיעס, טאָ אין דער פֿרײַער מערבֿדיקער וועלט וועט אַזאַ אויסגאַבע ווי “די פּען” זייער גרינג קריגן ניט ווייניקער פֿון אַ טויזנט אַבאָנעמענטן. אונדז האָט זיך אײַנגעגעבן צו קריגן די רשימות לייענער פֿון צוויי ייִדישע זשורנאַלן, וועלכע מע האָט דעמאָלט נאָך געדרוקט אין ניו-יאָרק. די רשימות זײַנען געווען גאַנץ לאַנגע, אָבער גאָר אין קורצן האָבן מיר פֿאַרשטאַנען, אַז ס’רובֿ איבערגערעכנטע לײַט זײַנען שוין ניטאָ אויף דער וועלט.

אין משך פֿון די לעצטע 25 יאָר האָט זיך די ייִדישע וועלט זייער שטאַרק געביטן. דער דור, וואָס איז אויסגעכאָוועט געוואָרן ליב צו האָבן די ייִדישע קולטור, שפּילט אַלץ מער אַ קלענערע ראָלע אינעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן. ס’איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן די אידעע אַליין פֿון ייִדן ווי אַ פֿאָלק פֿון קולטור. וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר הײַנט-צו-טאָג אַ דורכשניטלעכער ייִד? אַ דאָקטער, אַן אַדוואָקאַט, אַ בוכהאַלטער, אַ פֿירנעמער, וואָס האָט זינט זײַן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט זיך ווייניק אינטערעסירט מיט קולטור בכלל און מיט ייִדישער קולטור בפֿרט. ווי איינע אַ באַקאַנטע האָט מיר געזאָגט: “דו גיסט דײַנע סטודענטן דעם לעצטן שאַנס איבערצולייענען אַ ראָמאַן צי אַ דערציילונג. מער וועלן זיי דאָס אין זייער לעבן קיין מאָל ניט טאָן.” אַזאַ עולם נייטיקט זיך ניט אין קיין ייִדיש (ווי אויך אין אַ סך אַנדערע זאַכן).

דער גורל פֿון ייִדיש אין, אַ שטייגער, 25 יאָר אַרום, וועט זײַן אָפּהענגיק פֿון צוויי זאַכן: ערשטנס, צי מע וועט געפֿינען אַן אופֿן צו פֿאַראינטערעסירן מיט ייִדיש אַ מענטשן, וואָס האָט אַ קליינעם שײַכות צו קולטור. צווייטנס, צי מע וועט געפֿינען אַן אופֿן צו פֿאַראינטערעסירן מיט קולטור דעם הײַנטיקן “אָלרײַטניק” — דעם דאָקטער, אַדוואָקאַט, בוכהאַלטער, פֿירנעמער. אויב די צווייטע זאַך וועט זיך אײַנגעבן, דעמאָלט וועלן צווישן די “קולטור-לײַט” זיך באַווײַזן נײַע ליבהאָבער פֿון ייִדישער קולטור. פּשוט גערעדט: אויב ס’וועלן זײַן בעלנים צו לייענען איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמען, שלום אַשן, דוד בערגעלסאָנען, יוסף אָפּאַטאָשון וכ’, וועלן אויך זײַן בעלנים צו לייענען דאָס אויף ייִדיש.