אָבאַמאַ קומט צו פֿאָרן קיין ישׂראל

Obama is Coming!

אַ פּלאַקאַט קעגן פּרעזידענט אָבאַמאַס קומעדיקן באַזוך אין ראַמאַלאַ, אויפֿן מערבֿ־ברעג. אויפֿן פּלאַקאַט שטייט געשריבן: „פּרעזידענט אָבאַמאַ, ברענגט נישט אײַער מאָבילקע קיין ראַמאַלאַ, ווײַל איר וועט נישט האָבן קיין צוטריט צו דער אינטערנעץ; נישטאָ קיין 3G אין פּאַלעסטינע!‟
Getty Images
אַ פּלאַקאַט קעגן פּרעזידענט אָבאַמאַס קומעדיקן באַזוך אין ראַמאַלאַ, אויפֿן מערבֿ־ברעג. אויפֿן פּלאַקאַט שטייט געשריבן: „פּרעזידענט אָבאַמאַ, ברענגט נישט אײַער מאָבילקע קיין ראַמאַלאַ, ווײַל איר וועט נישט האָבן קיין צוטריט צו דער אינטערנעץ; נישטאָ קיין 3G אין פּאַלעסטינע!‟

פֿון עמיל קאַלין

Published March 18, 2013, issue of March 29, 2013.

דעם לעצטן פֿרײַטיק האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויף ישׂראל אַ שרעקלעכע היץ, די טעמפּעראַטור איז געשטיגן ביז 35-36 גראַד צעלזיוס, דערצו זענען אונדז באַפֿאַלן אַלטע-נײַע געסט — היישעריקן. עס איז פּשוט אַ שאָד, וואָס דער „אייר פֿאָרס 1‟ האָט דעמאָלט נישט געלאַנדט אין בן-גוריון־פֿליפֿעלד; עס וועט פֿאָרקומען נאָר מיטוואָך, ווען דער וועטער וועט שוין זײַן אַ מעסיקער.

איך ווינטש נישט דעם פּרעזידענט אַבאַמאַ ער זאָל זיך, חלילה, מוזן בראָטן אויף דער משוגענער היץ, אָדער זיך באַגעגענען מיט אַ כוואַליע היישעריקן; פֿון דעסטוועגן, וואָלט אפֿשר אַזאַ האַרבער קבלת-פּנים אים געגעבן די מעגלעכקייט צו פֿאַרזוכן פֿון דער מיטל-מיזרחדיקער ווירקלעכקייט און וואָלט מעגלעך צעברעקלט, כאָטש אַ טייל, פֿון די דעות, וואָס האָבן זיך, מעשׂה-שׂטן, אײַנגעגעסן אין זײַן נעבעכדיקער מיטל-מיזרחדיקער פּאָליטיק.

די חמימה איז אָבער אַריבער און די צאָל היישעריקן האָט זיך פֿאַרקלענערט. בלײַבט מיר אַליין צו דערלאַנגען דעם חשובֿן אַמעריקאַנער גאַסט אַ טעפּעלע ביטערער קאַווע, ער זאָל אַ ביסל דערפֿילן דעם טעם פֿון אונדזער היגער רעאַליטעט.

די ביטערקייט — איז טאַקע דער טעם, וואָס בלײַבט נאָכן אויסניכטערן זיך פֿון אַן אילוזיע. די פֿאָלגנדיקע רשימה אַנטהאַלט פֿיר זופּן פֿון דער היגער ביטערער קאַווע, וואָס אָבאַמאַ וועט מוזן פֿאַרזוכן, כּדי זיך אויסניכטערן און אָנהייבן צו לייזן דעם אָנגייענדיקן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער:

דאָס געבן געלט וועט פֿאַרשטאַרקן די מעסיקע מנהיגים און אָפּשוואַכן די עקסטרעמיסטן.

אַ טעות: דאָס איז אַ טאָפּלטע באַליידיקונג פֿאַר די פּאַלעסטינער. ערשטנס, אַזוי וואַרפֿט זיך בולטער אין די אויגן זייער אָפּהענגיקייט און אומבאַהאָלפֿנקייט בײַם פֿירן אַ זעלבסטשטענדיקע מלוכה, און זייער אָפּהענגיקייט פֿון דער העסלעכער מערבֿ-וועלט וואַקסט. צווייטנס, אַמעריקע האָפֿט, אַז מיטן פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ, וועלן די פּאַלעסטינער פֿאַרגעסן אין די אומענדלעכע קריגערײַען מיט ישׂראל.

די פּאַלעסטינער פֿאַרטײַטשן די דערוואַרטונג אויף אַ שטילשטאַנד, ווי אַן אַמעריקאַנער פּרוּוו זיי אונטערצוקויפֿן, און דערמיט פֿאַרוואַנדלען זיי אין פֿאַררעטער. זיי וועלן נישט אַוועקגעבן “פֿאַלאַסטין” צוליב פֿעטע באַנק־קאָנטעס; דאָס מיינט בײַ זיי אַ באַווײַז, אַז אַמעריקע האָט נישט קיין גײַסטיקע ווערטן; און אַז זי איז גרייט אַלץ אַוועקצוגעבן פֿאַר דעם ריכטיקן פּרײַז.

אַלע מענטשן גלייבן אין די מערבֿדיקע ווערטן פֿון ליבעראַליזם און וואָרט־פֿרײַהייט.

אַ טעות: אין דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט שפּילט רעליגיע, טראַדיציע, בלוט-קרובֿהשאַפֿט און היסטאָרישער זכּרון אַ גרעסערע ראָלע, ווי די ליבעראַלע ווערטן, וועלכע שפּיגלען אָפּ די געזעלשאַפֿטן, וווּ דאָס רעכט פֿונעם יחיד און זײַן וווילשטאַנד פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן.

די אַראַבישע לענדער זעען הײַנט אויס ווי אַ מין קינסטלעכער וועזן, אין וועלכן עס ראַנגלען זיך פֿײַנטלעכע שבֿטים, פֿאַרשיידענע רעליגיעס און קעגנזײַטיקע אינטערעסן. אין דעם מיטל-מיזרח דאַרף נישט קיין גרופּע פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון די יחידים, נאָר פּונקט פֿאַרקערט — די יחידים מוזן אַרבעטן, כּדי די גרופּע זאָל זײַן שטאַרקער און מעכטיקער.

אָבאַמאַ איז מסוגל איבערצײַגן די ישׂראלים צו שטיצן דעם שלום־פּראָצעס.

אַ טעות: די ישׂראלים טראָגן אַ האַרץ אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט. זי קוקן מיט חשד אויף מערבֿ-אייראָפּע און איצט אויך אויף די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די ייִדישע מדינה האָט שטענדיקע מחלוקתן מיט דער „יו־ען‟. ממש פֿון די ערשטע טעג אָן. עס האָט זיך געשאַפֿן בײַ די ישׂראלים אַן אײַנדרוק, אַז דער מערבֿ איז גרייט צו “פֿאַרקויפֿן” ישׂראל, אַבי אָפּקילן דעם ברויזנדיקן אַראַבישן עולם. די ישׂראלים זײַנען שוין זאַט פֿון שיינע רייד און מאָראַלישער שטיצע. אָבאַמאַ וועט אַוועקפֿליִען, און די ישׂראלים וועלן בלײַבן מיט די חמימות און היישעריקן.

בלויז ווערטער, ווי איבערצײַגעוודיק זיי זאָלן נישט זײַן, זענען נישט בכּוח אויסצוהיילן ישׂראל פֿון איר גרונטלעכן אומצוטרוי צו דעם מערבֿ־וועלט און צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן דאַרף זײַן אַ נייטראַלער פֿאַרמיטלער צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער און דרוקן, דער עיקר, אויף ישׂראל.

אַ טעות: כּדי ישׂראל זאָל עס נעמען אין אַכט און אָננעמען שריט וואָס זאָלן קענען אפֿשר ברענגען שלום, אָבער, אין ערגסטן פֿאַל, אײַנשטעלן איר עקזיסטענץ, מוז ישׂראל פֿילן, אַז זי האָט אַן אָנשפּאַר, אַ חבֿר וואָס וועט זיך אײַנשטעלן פֿאַר איר.

אָבאַמאַ וויל זײַן “נייטראַל”, אַפֿילו אויב ס‘איז אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין, פֿון וואָס די נייטראַלקייט באַשטייט, אויסער דעם אַמעריקאַנישן געשמאַק. דאָס מאַכט ישׂראל זיך צו שרעקן, אַז אין נויטפֿאַל וועט זי בלײַבן (ווידער) אַליין.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָפֿן די פּאַלעסטינער, אַז אָבאַמאַ וועט אײַנטונקען אַ פֿינגער אין קאַלטן וואַסער און דרוקן אויף ישׂראל; דערמיט וועט ער אַרויסבאַקומען אַלץ וואָס זיי האָבן געזאָלט קריגן נאָך אַ שווערער פֿאַרהאַנדלונג. אַזאַ צוגאַנג דערמוטיקט נישט די פּאַלעסטינער צו טראַכטן ערנסט וועגן אַן אויסוועג פֿון דעם סיכסוך.

אַמעריקע האָט שוין אָנגעוווירן איר אַמאָליקע השפּעה אין אָט דער שווערער געגנט. זי האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין דער אייגענער נעץ פֿון טרוימען און פֿאַנטאַזיעס און פֿאַרלוירן דעם קאָנטאַקט מיט דער ווירקלעכקייט…

די קאַווע איז טאַקע ביטער, אָבער אויב אַמעריקע וויל אַמאָל זיך אומקערן צו אַ פֿירנדיקער פּאָזיציע אין מיטל-מיזרח, מוז זי זיך אויפֿכאַפּן פֿונעם דרימל און אַ זופּ טאָן די קאַווע, ווײַל דער וואָס פֿאַרשטייט נישט די ווירקלעכקייט, קען נישט נעמען די לייצעס אין די הענט.