כּנסת באַגריסט די נײַע רעגירונג

Knesset Greets the New Government

פּרעמיער בנימין נתניהו (לינקס) רעדט פֿאַר דער כּנסת, מאָנטיק
Getty Images
פּרעמיער בנימין נתניהו (לינקס) רעדט פֿאַר דער כּנסת, מאָנטיק

Published March 18, 2013, issue of March 29, 2013.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט מאָנטיק פּרעזענטירט די 33סטע רעגירונג פֿאַר דער כּנסת, נאָך זעקס וואָכן פֿון קאָאַליציע־פֿאַרהאַנדלונגען. די קאָאַליציע, וואָס באַשטייט פֿון „ליכּוד ביתינו‟, „יש עתיד‟, „בית יהודי‟ און „התּנועה‟, פֿאַרנעמט 68 פֿון די 120 דעפּוטאַטן.

דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס די חרדישע כּנסת־דעפּוטאַטן וועלן נישט זײַן קיין טייל פֿון דער רעגירונג, זינט „ליכּוד‟ איז געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 1977.

די כּנסת האָט אויך באַשטעטיקט דעם „ליכּוד‟־דעפּוטאַט, יורי איידלשטיין, ווי דער ספּיקער, אויפֿן אָרט פֿון ראובֿן ריבֿלין.

הגם נתניהו האָט באַטאָנט, אַז די נײַע קאָאַליציע האָט איצט אַ געלעגנהייט דורכצופֿירן ממשותדיקע רעפֿאָרמען אין לאַנד, וועט די ערשטע פּריאָריטעט ווײַטער בלײַבן — צו באַשיצן ישׂראל פֿון דרויסנדיקע סכּנות. ער האָט באַמערקט, אַז איראַן דערנענטערט זיך אַלץ מער צו דער „רויטער ליניע‟ פֿון אַנטוויקלען נוקלעאַר געווער, און אַז אַ טייל פֿון „די געפֿערלעכסטע וואָפֿנס אין דער וועלט‟ קאָנען נאָך אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון טעראָריסטן, צוליב דער פֿאַרערגערונג פֿונעם מצבֿ אין סיריע.

איידער נתניהו האָט אַרײַנגעפֿירט די מיניסטאָרן פֿון זײַן נײַעם קאַבינעט, האָבן די דעפּוטאַטן פֿון דער חרדישער פּאַרטיי, „יהדות התּורה המאוחדת‟, אַרויסמאַרשירט פֿון זאַל, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס מע האָט זיי נישט אַרײַנגענומען אין דער קאָאַליציע.

בעת דער סעסיע האָט דער הויפּט פֿון „ישׂראל ביתינו‟ און געוועזענער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט, אַז זײַן פּאַרטיי וועט פּרוּוון צו באַנײַען די בוי־פּראָיעקטן אין די ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג.

די אָנפֿירערין פֿון דער „אַרבעט־פּאַרטיי‟, שלי יאַכימאָוויטש, האָט בעת איר רעדע באַגריסט די נײַע רעגירונג און געזאָגט די געזעץ־געבער: „מיר וועלן הײַנט אָנהייבן אַ נאַציאָנאַלע דעבאַטע מיט אײַך וועגן די צילן פֿון אונדזער לאַנד, און וואָס, אין תּוך, דאַרף זײַן די ציוניסטישע וויזיע.‟ זי האָט באַצייכנט די נײַע רעגירונג ווי אַ קאָאַליציע פֿון „רײַכע קאַפּיטאַליסטן‟.

יאַכימאָוויטש האָט באַטאָנט, אַז די „אַרבעט־פּאַרטיי‟ וועט נישט זײַן גרייט זיך אָנצושליסן אין דער קאָאַליציע, ביז נתניהו וועט נישט האַלטן בײַם אונטערשרײַבן אַ שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער.

בעת דער צערעמאָניע, האָט מען אויך אָפּגעמערקט מיט אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן דעם אָנדענק פֿון דער געוועזענער דעפּוטאַטין, מאַרינאַ סאָלאָדקין, וועלכע איז שבת פּלוצלינג געשטאָרבן פֿון אַ מוח־אַטאַק אין לעטלאַנד נאָך אַן אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָנפֿערענץ.