קיין פּענסיע פֿאַר געטאָ־אַרבעטער

No Pension for Ghetto Workers

Published March 25, 2013, issue of March 29, 2013.

דער דײַטשער פּאַרלאַמענט, „דער בונדעסטאַג‟, האָט פֿרײַטיק אָפּגעוואָרפֿן אַן אַמענדירונג צו אַ געזעץ מכּוח פּענסיעס פֿאַר 20,000 ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע האָבן געאַרבעט אין די געטאָס. די געלטער זענען פֿאַראַן אָבער זענען נאָך נישט צעטיילט געוואָרן.

די אַמענדירונג האָט מען געוואָלט צוגעבן צו אַ געזעץ פֿון 2002, וואָס ווערט אָנגערופֿן „דאָס געטאָ־אַרבעטער־געזעץ‟. זי וואָלט באַוויליקט רעטראָאַקטיווע אײַנצאָלונגען צו די געטאָ־אַרבעטער. כאָטש מע האָט צוגעזאָגט דער דאָזיקער גרופּע, אַז זיי וועלן באַקומען דאָס געלט, האָט מען דערווײַל צוליב טעכנישע און ביוראָקראַטישע שוועריקייטן גאָרנישט געטאָן וועגן דעם. די באַאַמטע אין ישׂראל האָבן אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנקייט מיטן פּראָצעס. „ישׂראל איז אַנטוישט וואָס ביז הײַנט האָט מען נאָך נישט געפֿונען קיין לייזונג צו דער פּראָבלעם פֿון אָנערקענען לעגאַל די באַרעכטיקטע פּענסיעס פֿאַר די געוועזענע געטאָ־אַרבעטער. כאָטש מיר האָבן צוטרוי צו דײַטשלאַנדס גרייטקייט צו העלפֿן, דאַרף מען באַטאָנען די עלטער פֿון דער באַפֿעלקערונג, וועלכע דערוואַרט יושר, איידער עס ווערט צו שפּעט. ישׂראל וועט ווײַטער אַרבעטן לטובֿת דעם ענין‟, האָט דאָס אויסערן־מיניסטעריום פֿון ישׂראל מודיע געווען.

אַ נישט־פּראָפֿיט־אָרגאַניזאַציע, צונויפֿגעשטעלט פֿון ישׂראלדיקע און דײַטשע יוריסטן, האָט אויך אויסגעדריקט זייער אַנטוישונג. איידער מע האָט אָפּגעוואָרפֿן די אַמענדירונג די וואָך, האָט די אָרגאַניזאַציע געבעטן בײַם „בונדעסטאַג‟ — „נעמט אויף זיך דאָס אַחריות פֿאַר דעם איצטיקן מצבֿ און לאָמיר נישט שעדיקן דײַטשלאַנדס אינטערנאַציאָנאַלן שם, ווי אַ לאַנד, וווּ עס הערשט דאָס געזעץ.‟ די פּראָבלעמען וואָס שייך דעם געזעץ, ציִען זיך שוין 15 יאָר, ווען מע האָט אויסגעפֿונען, אַז אַפֿילו אין מיטן פֿונעם חורבן האָבן דײַטשע באַלעבאַטים אײַנגעצאָלט שטײַערן פֿאַר די פּענסיעס פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין געטאָ. דעריבער זענען די אַרבעטער פּונקט אַזוי באַרעכטיקט צו באַקומען פּענסיעס, ווי די דײַטשע אַרבעטער. אָבער ווען די ייִדישע אַרבעטער האָבן אײַנגעגעבן אַפּליקאַציעס צו באַקומען דאָס געלט נאָכן חורבן, האָט מען זיי נישט אָנגענומען, ווײַל מע האָט נישט געהאַט קיין קבלות אָדער פֿאָרמעלע באַווײַזן פֿון זייער אַרבעט. די אַבסורדקייט האָט, פֿאַרשטייט זיך, אויפֿגעבראַכט די ייִדן. נישט געקוקט אויף דער ווילדער געשיכטע, האָט מען פֿרײַטיק, פֿון דעסטוועגן, נישט אָנגענומען די אַמענדירונג.