אַ טייטלעכער פּסח

Deadly Passover

אַן אויטאָ־אַקצידענט אויפֿן שאָסיי 40, לעבן דעם דאָרף שלווה, ישׂראל
Courtesy ZAKA
אַן אויטאָ־אַקצידענט אויפֿן שאָסיי 40, לעבן דעם דאָרף שלווה, ישׂראל

Published March 28, 2013, issue of March 29, 2013.

צוויי יונגע מאַמעס זענען אומגעקומען, און עטלעכע קינדער — ערנסט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, דורך אַ טראַגישן צוזאַמענשטויס אין דרום־ישׂראל דעם ערשטן טאָג פּסח. בסך־הכּל, זענען אומגעקומען זיבן ישׂראלים בײַם אָנהייב פֿון דער פּסח־וואַקאַציע.

אויפֿן שאָסיי 40, האָבן צוויי אויטאָס מיט ישׂראלדיקע משפּחות, פֿאָרנדיק זייער גיך, זיך צוזאַמענגעשטויסן. ביידע אויטאָס האָבן זיך איבערגעקערט און די פּאַסאַזשירן זענען שטעקן געבליבן אין די אויטאָס, ביז די ראַטירער זענען נישט אָנגעקומען, זיי באַפֿרײַט און עוואַקויִרט דורך העליקאָפּטערס אין סאָראָקע־שפּיטאָל אין באר־שבֿע.

אין אַ צווייטן אַקצידענט, אויך אויפֿן שאָסיי 40, איז אַ פֿרוי דערהרגעט געוואָרן, ווען איר אויטאָ איז אַרײַנגעפֿאָרן אין אַ משׂא־אויטאָ, בעת זי האָט פֿאַרקערעוועט לינקס בײַ אַ קרייצוועג. צוויי אַנדערע מענטשן זענען דערבײַ לײַכט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, און די פּאָליציי האָט אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג צו דערגיין, צי איינער פֿון די שאָפֿערן איז געפֿאָרן קעגן אַ רויטן פֿאָר־סיגנאַל.

אַ 13־יאָריק ייִנגל איז עוואַקויִרט געוואָרן אין תּל־השומר־שפּיטאָל, נאָכן ווערן ערנסט פֿאַרוווּנדיקט אין קאָפּ, בעת אַן ATV, וואָס ער האָט געפֿירט, האָט זיך איבערגעקערט אויף אַ זאַמד־בערגל אין יבֿנה. מע האָט געהאַלטן אין מיטן פֿילמירן אַ ווידעאָ פֿונעם ייִנגל פֿאַר זײַן בר־מיצווה.

אין ראשון־לציון, האָט אַ טראַקטאָר געטראָפֿן און אומגעבראַכט אַ פֿאַרבײַגייער, און אַ טאַקסי־שאָפֿער לעבן נצרת איז אומגעקומען, ווען ער איז אַרײַנגעפֿאָרן אין אַ משׂא־אויטאָ. אַן 80־יאָריקע פֿרוי און 17־יאָריקער בחור זענען אויך דערהרגעט געוואָרן פּסח אין אויטאָ־אַקצידענטן.

אין תּל־אָבֿיבֿ האָבן צוויי אויטאָבוסן זיך צוזאַמענגעשטויסן; 17 מענטשן זענען לײַכט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.