לאַודער גיט אַ קונסט-מתּנה

Lauder Donates Art

„בוימל-מיל‟ פֿון פּאַבלאָ פּיקאַסאָ (1909) — איינס פֿון די קונסט-ווערק, וואָס לענאַרד לאַודער איז געגעבן במתּנה דעם ניו־יאָרקער מוזיי
„בוימל-מיל‟ פֿון פּאַבלאָ פּיקאַסאָ (1909) — איינס פֿון די קונסט-ווערק, וואָס לענאַרד לאַודער איז געגעבן במתּנה דעם ניו־יאָרקער מוזיי

Published April 11, 2013, issue of May 10, 2013.

לענאַרד לאַודער, דער יושר פֿון עסטי לאַודער — אַ ייִדיש-שטאַמיקע אַמעריקאַנער פֿרוי, וועלכע האָט געגרינדעט אַ ריזיקע קאָסמעטיק-פֿירמע, וואָס טראָגט איר נאָמען — האָט געגעבן דעם ניו-יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַן- מוזיי פֿון קונסט‟, באַקאַנט ווי „מעט‟, אַ גרויסע מתּנה, ווערט אַ מיליאַרד דאָלאַר, אַרײַנגערעכנט 78 ווערק פֿון פֿיר באַרימטע קוביסטן: פּאַבלאָ פּיקאַסאָ, זשאָרזש בראַק, כואַן גריס און פֿערנאַן לעזשע. די אַדמיניסטראַציע האָט עס אַנאָנסירט דינסטיק, דעם 9טן אַפּריל, און געמאָלדן, אַז די נײַע קאָלעקציע וועט ממשותדיק בײַטן דאָס פּנים פֿונעם מוזיי. מע פּלאַנירט אויסצושטעלן די בילדער בײַם סוף פֿונעם יאָר 2014.

די מוזיי-פֿאָרשטייער האָבן דערקלערט, אַז הגם „מעט‟ איז באַרימט ווי אַ אָרט, וווּ די באַזוכער קאָנען זיך באַקענען מיט דער לאַנגער געשיכטע פֿון וועלט-קונסט, פֿון איבער 5 טויזנט יאָר צוריק ביז הײַנט, האָבן זיי פֿאָרט נישט געהאַט אַ געהעריקע קאָלעקציע פֿון קוביזם — אַ קריטיש-וויכטיקע קינסטלערישע באַוועגונג פֿון דער מאָדערניסטישער תּקופֿה. לאַודערס זאַמלונג פֿון קוביסטישע בילדער איז איינע פֿון די גרעסטע אין דער וועלט, און שליסט אײַן אַ צאָל באַרימטע ווערק פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

אַחוץ דעם, האָט דער מוזיי איבערגעגעבן, אַז אַ גרופּע שטיצער, אַרײַנגערעכנט לאַודער, האָבן געגעבן אַ סומע פֿון 22 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו עפֿענען אַ נײַעם פֿאָרש-צענטער פֿון מאָדערנער קונסט. דער יורש פֿון דער קאָסמעטיק-פֿירמע האָט געזאָגט, אַז ער האָט געגעבן זײַן מתּנה, ווײַל ער האָט געפֿילט, אַז אַזאַ „ענציקלאָפּעדישער‟ מוזיי, ווי „מעט‟, מוז האָבן אַן אויסשטעלונג פֿון קוביסטישער קונסט און אַ מעגלעכקייט צו פֿאָרשן זי ווי געהעריק. לויט דעם זשורנאַל „פֿאָרבס‟, רעפּרעזענטירט זײַן קאָלעקציע, וועלכע ער האָט געזאַמלט במשך פֿון כּמעט 40 יאָר, 13.5 פּראָצענט פֿון זײַן גאַנצן קאַפּיטאַל, וועלכער באַטרעפֿט 8.1 מיליאַרד דאָלאַר.

לענאַרד לאַודער איז דער עלטערער ברודער פֿון ראָן לאַודער — אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער געשעפֿטסמאַן און פֿילאַנטראָפּ.