TEDx ־רעדע וועגן ייִדיש

TEDx Talk About Yiddish

מעלאַני ווײַס טרעט אויף בעת דער TEDx-קאָנפֿערענץ, אין קאָלבי־קאָלעדזש, מיין
Tact Sasajima
מעלאַני ווײַס טרעט אויף בעת דער TEDx-קאָנפֿערענץ, אין קאָלבי־קאָלעדזש, מיין

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 16, 2013, issue of May 10, 2013.

אין אַ ווידעאָ, אַרויסגעלאָזט לעצטנס דורך TedX, דערציילט אַ יונגע פֿרוי וועגן איר ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדיש, איר צוגאַנג צו די הײַנטיקע ייִדישיסטן, און אירע באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ בריק מיט ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע פֿרויען.

די 12־מינוטיקע רעדע פֿון מעלאַני ווײַס, אַ דירעקטאָרין פֿון קלאַסן פֿאַר דערוואַקסענע אין „בית־ישׂראל‟, אַ סינאַגאָגע אין וואָטערוויל, מיין, איז אייגנאַרטיק, ווײַל ס׳רובֿ פֿון די TEDx-ווידעאָס האָבן בכלל נישט קיין שײַכות צו ייִדישע טעמעס, שוין אָפּגערעדט צו דער ייִדישער שפּראַך.

TedX איז אַ פּראָגראַם, באַזירט אויף דער שטאַרק פּאָפּולערער ווידעאָ־זײַט TED Talk — אַ זאַמלונג פֿון ווידעאָס, וווּ אָנגעזעענע עקספּערטן טרעטן אויף פֿאַר אַ לעבעדיקן עולם און גיבן איבער, אין ווייניקער ווי 18 מינוט, דעם תּמצית פֿון זייער לעבנסאַרבעט. דער ציל פֿון די ווידעאָס איז, צו אינספּירירן דיסקוסיעס און אַ פֿרײַען אויסטויש פֿון געדאַנקען, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, ווײַל, ווי עס שטייט אויף דער וועבזײַט, „טאָרן חכמה און אינספּיראַציע נישט קאָסטן קיין געלט‟. די רעדנער באַצאָלט מען נישט פֿאַר זייער באַטייליקונג. זינט מע האָט געגרינדעט די וועבזײַט TED Talks אין יאָר 2007, זענען מער ווי 1,400 רעדעס געוואָרן צוטריטלעך צום ברייטן עולם.

TEDx איז באַזירט אויפֿן זעלבן באַגריף ווי TED — אָבער אויף אַ מער לאָקאַלן ניוואָ. אין פֿעברואַר האָט דזשייקאָב מאַרקס, אַ סטודענט אין קאָלבי־קאָלעדזש, מיין, באַשלאָסן, אַז דער קאָלעדזש וואָלט אַליין געמעגט אָרגאַניזירן אַ TEDx־קאָנפֿערענץ.

„אונדזער קאָלעדזש איז אַ קליינער, בלויז 1,800 סטודענטן, און עס געפֿינען זיך אין אונדזער ציבור אַ סך קלוגע, אינטערעסאַנטע פֿיגורן, און ס׳איז פּשוט אַ שאָד, וואָס מער מענטשן האָבן נישט קיין געלעגנהייט זיי צו הערן,‟ האָט דזשייקאָב געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. נאָכן באַקומען אַ דערלויבעניש פֿון TED Talks, האָט מאַרקס אָרגאַניזירט די ערשטע TEDx־קאָנפֿערענץ אין קאָלבי, און דער עולם — אַ געמיש פֿון סטודענטן און אָרטיקע אײַנוווינער — האָט שטאַרק הנאה געהאַט פֿון דער פּראָגראַם. צווישן די רעדעס וואָס מע האָט דאָרט אָפּגעהאַלטן: „די רעזולטאַטן פֿון דעפּאָרטירט ווערן‟, „די טעכנאָלאָגיע הינטער GPS‟, און מעלאַניס רעדע: Finding Yiddish (ווי כ׳האָב אַנטדעקט ייִדיש).

אין איר רעדע, דערציילט מעלאַני, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אין מאַמאַראָנעק, ניו־יאָרק, וועגן איר פּערזענלעכער פֿאַרבינדונג צו ייִדיש במשך פֿון די יאָרן, אין אַ וועלט, וואָס האָט נישט קיין אַנונג ווי אַזוי עס אָפּצושאַצן. זי האָט נישט געוווּסט ווי פֿאַרייִדישט ס׳איז איר ענגליש, ביז זי האָט זיך אַוועקגעצויגן פֿון ניו־יאָרק און באַמערקט, אַז מענטשן האָבן זי נישט פֿאַרשטאַנען, ווען זי האָט אַרײַנגעמישט ייִדישע ווערטער ווי „פֿאַרפּוצט‟, „חלשות‟, אָדער „שעפּן נחת‟. ערשט דעמאָלט האָט זי אײַנגעזען ווי אייגנאַרטיק זי איז.

דער ערשטער שפּור פֿון איר אינטערעס צו ייִדיש, דערציילט זי, האָט זיך באַוויזן, ווען זי איז געווען אַ מיידל פֿון 13 יאָר. זי האָט זיך געשראָקן, אַז איר עלטער־זיידע, וועלכער איז געווען זייער נאָענט מיט דער משפּחה, וועט אין די הויכע יאָרן אין גאַנצן פֿאַרגעסן ענגליש און רעדן בלויז ייִדיש. „האָב איך זיך אונטערגענומען צו לערנען ייִדיש, כּדי איך זאָל קענען ווערן זײַן איבערזעצער, און דערבײַ אויך אַ בריק צווישן אים און דער משפּחה, צווישן צוויי באַזונדערע קולטורן,‟ האָט זי דערקלערט.

מעלאַניס מאַמע, וואָס האָט אָפֿט געניצט ייִדישע ווערטער און אידיאָמען, איז איצט במילא געוואָרן מעלאַניס „לערערין‟. דאָס יונגע מיידל איז איר נאָכגעגאַנגען שריט־און־טריט און פֿאַרשריבן אַלע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן. שפּעטער האָט מעלאַני גענומען אַ ייִדיש־קורס מיט חיהלע ביר, אינעם „אוניווערסיטעט קאָלעדזש פֿון לאָנדאָן‟, אָבער ווען דער קלאַס האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט זי צו־ביסלעך אָנגעהויבן פֿאַרגעסן וואָס זי האָט זיך געלערנט, און דערבײַ געוואָרן אין כּעס אויף איר עלטער־זיידן און טאַטן, וואָס האָבן עס איר נישט אויסגעלערנט, אָבער אויך אויף זיך אַליין, וואָס זי האָט זיך נישט גענוג באַמיט צו פּראַקטיצירן די שפּראַך.

ווי אַ סך ליבהאָבער פֿון ייִדיש, דריקט מעלאַני אויס אַ געוויסע מעלאַנכאָליע, וואָס ס׳איז נישטאָ קיין לאַנד, וווּהין מע קען פֿאָרן צו רעדן ייִדיש טאָג־טעגלעך, אַזוי ווי די ענגליש־רעדנדיקע איטאַליענער קענען פֿאָרן קיין איטאַליע, און די פּאָליאַקן — קיין פּוילן. גיט זי אָבער איבער אַן אינצידענט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אויף דער ניו־יאָרקער אונטערבאַן, און וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ בפֿירושן שטאָלץ בײַ איר וואָס שייך איר קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש. זי האָט זיך אונטערגעהערט צו אַ ייִדישן שמועס צווישן אַ חסידיש מיידל מיט איר באָבען, וועלכע זענען פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן, און באַשלאָסן זיי אַרויסצוהעלפֿן — אויף ייִדיש. די אומגעריכטע רעאַקציע פֿונעם מיידל און דער באָבען צו דעם מאָדערנעם, ייִדיש־רעדנדיקן מיידל שאַפֿט אַן אינטערעסאַנטן הויכפּונקט אינעם ווידעאָ.

הגם פֿאַר אונדז, ליבהאָבער פֿון ייִדיש, זענען די געפֿילן, וואָס מעלאַני דריקט אויס אינעם ווידעאָ נישט קיין חידוש, איז עס פֿאָרט מערקווירדיק, ווײַל די TEDx־פּראָגראַמען ציִען צו צוקוקער, וועלכע וואָלטן אַנדערש נישט געוווּסט, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור רופֿט ווײַטער אַרויס אַן אינטערעס בײַם יונגן דור אַמעריקאַנער ייִדן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס קיין ייִדישלאַנד איז נישטאָ בנימצא.