מיטל־מיזרח: דאָס אָטמאַנישע געזעץ

The Middle East: The Ottoman Law

דעם 24סטן אַפּריל, 98 יאָר נאָך דעם ווי די טערקן האָבן אומגעבראַכט מער ווי אַ מיליאָן אַרמענער, האָבן די אַרמענער אין לבֿנון דעמאָנסטרירט אָפּצומערקן דעם אָנהייב פֿון דעם גענאָציד
Getty Images
דעם 24סטן אַפּריל, 98 יאָר נאָך דעם ווי די טערקן האָבן אומגעבראַכט מער ווי אַ מיליאָן אַרמענער, האָבן די אַרמענער אין לבֿנון דעמאָנסטרירט אָפּצומערקן דעם אָנהייב פֿון דעם גענאָציד

פֿון שבֿע כּהן

Published April 24, 2013, issue of May 10, 2013.

אין אַ לאַנד אויפֿן מיזרח־ברעג פֿונעם מיטלענדישן ים איז אויסגעבראָכן לעצטנס אַ פּראָטעסט. די באַפֿעלקערונג פֿרעגט זיך, פֿאַרוואָס מער ווי 60 יאָר נאָך דער גרינדונג פֿון דער מדינה, בלײַבט נאָך אַלץ מיטן גילטיק די אָטמאַנישע סיסטעם, וואָס לאָזט די רעליגיעזע צו באַשטימען פֿאַר אַלע בירגער, ווי אַזוי און מיט וועמען חתונה צו האָבן.

אָבער די מדינה איז נישט ישׂראל, נאָר איר צפֿונדיקע שכנה: לבֿנון.

די היסטאָריקער זײַנען אין אַלגעמיין מסכּים, אַז אַ גרונטלעכע סיבה פֿאַרוואָס די אָטמאַנישע אימפּעריע איז געווען שטאַרק איז איר טאָלעראַנץ צו פֿאַרשידענע רעליגיעס.

נישט געקוקט דערויף וואָס דער סולטאַן האָט זיך געהאַלטן ווי דער פֿירער פֿון דעם וועלט-איסלאַם, האָט די אימפּעריע דערלאָזט די פֿאַרשידענע רעליגיעזע געמײנדעס צו באַשליסן פֿאַר זיך אַליין, וואָס עס זענען די געזעצן פֿון חתונה האָבן, גטן זיך און אַלע אַנדערע משפּחה-ענינים. די סיסטעם האָט געהייסן „מילעט־סיסטעם‟.

אַפֿילו אין דעם לעצטן יאָרהונדערט פֿון דער אימפּעריע וואָס איז געווען אַ תּקופֿה פֿון אייראָפּעיִזירונג און סעקולאַריזם אין דער פּאָליטישער סיסטעם, האָט יעדער בירגער געדאַרפֿט פֿאָלגן די משפּחה-געזעצן פֿון זיין געמײנדע. נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה און דער מפּלה פֿון דער אָטמאַנישער אימפּעריע זײַנען די מאַנדאַט-כּוחות, דאָס הייסט, די בריטישע אימפּעריע און פֿראַנקרײַך, געווען צופֿרידן צו לאָזן די „מילעט־סיסטעם‟ בלײַבן אין דער גרעסערער סיריע (הײַנטיקע סיריע, לבנון, ישׂראל און ירדן).

די וועלטלעכע אין ישׂראל האָבן ליב צו טענהן, אַז די „מילעט-סיסטעם‟ עקזיסטירט נאָר און בלויז צוליב די אינטערעסן פֿון די פֿרומע; אַז אַלע ייִדן, וועלטלעכע און פֿרומע, זײַנען באַצוווּנגען פֿאָלגן די שטרענגסטע הלכהישע סטאַנדאַרטן. אָבער די סיבה איז נישט גענוג ווײַל עס קלערט נישט אויף פֿאַרוואָס אין לבֿנון האַלט מען זיך בײַ דער זעלבער סיסטעם.

כּדי צו פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס אָט די סיסטעם איז אַזוי שטאַרק אין ביידע לענדער איז כּדאַי צו באַטראַכטן וואָס זיי האָבן בשותּפֿות. איינס וואַרפֿט זיך אין די אויגן: צווישן די אַלע לענדער אין מיטל־מיזרח האָבן ישׂראל און לבֿנון דעם גרעסטן פּראָצענט רעליגיעזע מינדערהייטן צווישן דער באַפֿעלקערונג. אייגנטלעך, האָבן ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך באַשלאָסן נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה אַז מע זאָל אָפּטיילן ישׂראל און לבֿנון פֿון טראַנס-ירדן און סיריע איבערהויפּט צוליב די אַראַבישע קריסטן.

אין דעם פֿאַקט ליגט דער סוד פֿון דער „מילעט-סיסטעם‟ שוין 90 יאָר נאָכן סוף פֿון דער אָטמאַנישער אימפּעריע. איינע פֿון די שטילע פּרינציפּן פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאָליטיק איז שטענדיק געווען וואָס ווייניקער זיך אינעם טאָג-טעגלעכן לעבן פֿון די אַראַבער. דאָס רעליגיעזע געריכט פֿון די מוסולמענער איז דער איינציקער מלוכישער אַנשטאַלט, וווּ דאָס וואָרט בלײַבט בײַ די מאַכמעדאַנער. דאָס איז זייער שטיקל אויטאָנאָמיע.

עס איז שוין קלאָר, אַז אָן דער „מילעט-סיסטעם‟ וואָלטן די געזעצן דאָך געווען נאָענט צו דער ייִדישער אַשכּנזישער הלכה. צווישן די אופֿנים ווי אַזוי די כּנסת האָט באַגרענעצט די בית־דינים און די רעליגיעזע געריכטן פֿון אַנדערע עדות איז, וואָס זי האָט פֿאַרבאָטן חתונה צו האָבן מיט מער ווי איין פֿרוי, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס האָט געבראַכט אַ סך שאָדן די אַראַבישע פֿרויען אין די דערפֿער.

דער מצבֿ איז מער פֿאַרפּלאָנטערט אין לבֿנון, ווײַל די גרייס פֿון פֿאַרשידענע געמײנדעס זענען מער אָדער ווייניקער די זעלבע און דעריבער הערשט אַ קאָנקורענץ צווישן זיי. למשל, אין לבֿנון האָט מען גרויסע פּראָבלעמען מיט עלעקטריע צוליב די אָפֿטע שטרײַקן. די טעכניקער אַרבעטן אויף אַ פֿולן פּאָסטן, אָבער ווערן געהאַלטן ווי צײַטווײַליקע אַרבעטער אָן פּענסיעס און אַנדערע רעכט, נאָר ווײַל ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען שיִיִטן און די אַנדערע רעליגיעס ווילן נישט, מען זאָל האָבן “צופֿיל” שיִיִטע אַרבעטער אין דער רעגירונג. די לבֿנונער זײַנען גרייט צו זיצן אין דער פֿינצטער און לײַדן פֿון היץ בלויז צוליב דעם, וואָס זיי זײַנען נישט מסכּים אויפֿצוגעבן אַ סיסטעם וואָס פֿאַרזיכערט, אַז נאָר איין רעליגיע זאָל זיי אָנווײַזן ווי צו לעבן און שטאַרבן.

דאָס איז די סיבה, פֿאַרוואָס אין יאָר 2012 האָבן צוויי יונגע מאַכמעדאַנער — כולוד סוקאַריע און נידאַל דאַרוויש — דורכגעמאַכט אַ פּראָצעס פֿון 10 חדשים, וואָס האָט זיי דערלויבט חתונה צו האָבן לויט אַ פֿראַנצויזישן געזעץ פֿון 1936, אָנשטאָט אויסצוקלײַבן חתונה צו האָבן לויט דעם סוניטישן שאַריאַט אָדער דעם שיִיִטישן.

אָבער ביז די רעליגיעזער אידענטיטעט וועט אויפֿהערן צו זײַן אַ צענטראַלע טעמע פֿון דעם פּאָליטיק אין ישׂראל און לבֿנון, וועלן פּאָרלעך פֿון ביידע לענדער דאַרפֿן ממשיך זײַן צו פֿאָרן קיין ציפּערן חתונה צו האָבן, און נישט אין דער היים.