„פֿאָרווערטס‟־קאָלומניסט צירל שטיינגאַרט געשטאָרבן

Forverts Columnist Tsirl Steingart Has Died

Published June 06, 2013, issue of July 05, 2013.

שבת, דעם 18טן מײַ 2013 איז אומגעקומען אין אַן אויטאָ־סיבה אין פּאַלם־ביטש, פֿלאָרידע, די שרײַבערין, כּלל־טוערין און לאַנג־יאָריקע „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטערין צירל שטיינגאַרט; זי איז אַלט געווען 97 יאָר.

צירל שטיינגאַרט איז געבוירן געוואָרן דעם 11טן מאַרץ 1916 אין ביאַליסטאָק, זיך געלערנט אין אַ פֿאָלק־שול און געענדיקט אַ האַנדלסשול. זי איז געווען אַן אַקטיוויע מיטגלידערין פֿון דער בונדישער קינדער־אָרגאַניזעציע „סקיף‟. אין 1938 האָט זי אימיגרירט קיין פֿראַנקרײַך, וווּ זי האָט געהאָלפֿן גרינדן אַ „סקיף‟־אָרגאַניזאַציע. בעת דער מלחמה האָט זי אָנטיילגענומען אין דער אונטערערדישער באַוועגונג און געהאָלפֿן ראַטעווען קינדער. אין 1951 איז זי געקומען קיין מאָנטרעאַל, וווּ זי האָט אָנגעפֿירט מיט דער „אַבֿרהם רייזען־שול‟, און אין 1960 געקומען קיין ניו־יאָרק.

אין „פֿאָרווערטס‟ האָט זי אָנגעהויבן צו שרײַבן אין 1964, און נאָך 1967 געוואָרן אַ שטענדיקע מיטאַרבעטערין מיט אַרטיקלען וועגן געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, ספּעציעל וועגן די פּראָבלעמען פֿון פֿרויען. זי האָט רעדאַקטירט אַן אָפּטיילונג „עסט געזונטערהייט‟ אונטערן פּעננאָמען נינאַ בלום, און האָט יאָרן לאַנג געשריבן אַ קאָלום וועגן מאָדעס.

ווי אַ זשורנאַליסטיקע פֿון פֿרויען־ענינים איז זי געווען אַ פּיאָנירקע אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע.

כּבֿוד איר אָנדענק!