גל גווילי פֿאָרשט ייִדיש אין כינע

Gal Gvili Studies Yiddish in China

די פֿאָרשערין פֿון דער מאָדערנער כינעזישער ליטעראַטור, גל גווילי
די פֿאָרשערין פֿון דער מאָדערנער כינעזישער ליטעראַטור, גל גווילי

פֿון עדי מהלאל

Published June 10, 2013, issue of July 05, 2013.

די כינעזישע אינטעלעקטואַלן זע­נען אין די 1920ער יאָרן פֿאַר­כאַפּט געוואָרן מיט דער מאָדער­נער ייִדישער ליטעראַטור. איינער פֿון זיי איז געווען דער מאַרקסיסטי­שער דענקער מאַו-דון (1896—1981) וואָס ווערט גערעכנט ווי איינער פֿון די חשובֿסטע פּאָליטישע און לי­טעראַרישע אינזשענירן פֿון דעם כינעזישן מאָדערניזם. אַ מחבר, אַ ליטעראַטור-קריטיקער, אַ רעדאַקטאָר פֿון אַן אײַנפֿלוסרײַכן זשורנאַל, אַן איבערזעצער, און אַ ליטעראַרישער טעאָרעטיקער — האָט מאַו-דון אויך אָנ­געשריבן עסייען וועגן דער ייִדי­שער ליטעראַטור און אירע מחברים; ער האָט אַפֿילו צווישן די יאָרן (1920—1925) איבערגעזעצט ייִדישע פּאָע­זיע, דראַמעס, און דערציילונגען אויף כינעזיש. די ייִדישע ליטעראַטור פֿלעגט ער לייענען נישט אינעם אָרי­גי­נעל, נאָר גיכער אויף ענג­ליש, צי אויף עס­פּעראַנטאָ.

מאַו-דונס באַ­ציִונג צו ייִדן בכלל, און צו דער ליטעראַטור בײַ ייִדן בפֿרט, איז אַ טעמע וואָס איז געפֿאָרשט געוואָרן דורך דער ישׂ­ראל­דיקער אַקאַ­דע­מיקערין גל (גאַל) גווי­לי. גווילי מאַכט איצט איר דאָק­טאָ­ראַט-אַר­בעט אין קאָלומ­ביע—אוני­ווערסיטעט אויפֿן געביט פֿון דער מאָ­דערנער כינע­זי­שער ליטעראַ­טור.

גווילי באַמערקט, אַז מסתּמא האָט מאַו-דון, צו ערשט, זיך באַ­קענט מיט דער ייִדישער ליטעראַ­טור דורך דזשאָ זאָרען (1885—1967), אַ כי­נעזי­שער מחבר, וואָס האָט אַליין איבער­גע­זעצט אַ פּאָר ייִדישע קורצע דערציי­לונ­גען אויף כינעזיש. מאַו-דון אָנערקענט אין זײַנע מאמרים, אַז זאָרען איז געווען דער וואָס האָט באַקאַנט געמאַכט די ייִדישע ליטעראַ­טור אין כינע מיט זײַן איבערזעצונג פֿון דוד פּינסקיס אַ פּיעסע, אין 1921. אין משך פֿון די אָנהייב 1920ער, ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אַרטיקלען וועגן די ליטעראַרישע ווערק פֿון אונטערדריקטע פֿעלקער, האָט מאַו-דון אָנגעשריבן אַ פּאָר עסייען וועגן „דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟.

ווי אַ מאַרקסיסט, האָט מאַו-דון באַזונדערס זיך אינטערעסירט אין דער „ליטעראַטור פֿון פֿאַרפֿאָלגטע פֿעל­קער‟. דער דאָזיקער באַגריף מיינט די ליטעראַטור, וואָס ווערט גע­שאַפֿן פֿון די פֿעלקער, וואָס האָב גאָר נישט לאַנג באַקומען זייער מלו­כי­שע אומאָפּהענגיקייט פֿון די אימ­פּעריאַליסטישע גרויסמאַכטן (למשל, פּוילן און אונגערן). גווילי גיט צו, אַז די פֿאַרפֿאָלגונג פֿון ייִדן, אַ פֿאָלק אָן אַ מלוכה, האָט אויך דערוועקט אַ גרויסן אינטערעס בײַ אים, און בכלל בײַ אַ גרופּע חשובֿע געלערנטע אין כינע.

גווילי דערציילט מיר, אַז לכתּחילה האָט זי אינטערעסירט די פֿאַר­בינ­דונג צווישן כינע אין דער רעפּוב­ליק-תּקופֿה (1912—1949) און ציוניזם: די פּאַראַלעלן וואָס האָבן צו טאָן מיטן אויפֿבויען דעם נאַציאָנאַ­ליזם, דער ענין „ראַסע‟ און „אַ שוואַ­כער גוף‟. האָט זי טאַקע אויס­געפֿו­נען, אַז אין כינע איז געווען אַן אינ­טע­רעס צו דער ציוניסטישער באַווע­גונג, אין די זעלבע יאָרן, ווען כינע איז אַליין אַריבער פֿון זײַן אַ פֿאַר-מאָ­דער­נער מלוכה צו אַ מאָדערנעם שטאַט פֿון אַ מערבֿדיקן נוסח.

„זיי האָבן דעמאָלט זיך צוגע­קוקט צו אַ סך באַ­וועגונגען פֿון ‘נאַ­ציאָ­נאַלער אויפֿלעבונג’,‟ האָט גווי­לי דערקלערט. „דאָס איז אויך גע­שען צוליב די קאָ­לאָניאַליסטשע אינ­טע­רעסן פֿון כינע אין יענער תּקו­פֿה. דורך דער פֿאָרשונג האָב איך זיך דער­וווּסט וועגן דער ייִדי­שער קולטור אין כינע.‟ (פֿאַר­שטייט זיך, אַז כינע און ייִדן איז פֿאַר די „פֿאָרווערטס‟—לייע­נער נישט קיין נײַע טעמע, צו­ליב די זעל­טע­נע ווידעאָ-רעפּאָר­טאַזשן, גע­מאַכט פֿון שמואל פּערלין אין זײַן סע­ריע „רײַזעס פֿון אַ ניו-יאָרקער ייִד‟.)

אַ מאַרקע מיטן פּאָרטרעט פֿונעם מאַרקסיסטישן דענקער מאַו-דון
אַ מאַרקע מיטן פּאָרטרעט פֿונעם מאַרקסיסטישן דענקער מאַו-דון

ווײַטער דערציילט מיר גווילי וועגן אירע פֿאָרש-אינטערעסן: „איך האָב געוואָלט פֿאַרשטיין, למאַי מאַי-דון ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון דער ייִדי­שער ליטעראַטור, למאַי באַ­טראַכט ער אָט די ליטעראַטור, ווי דעם פֿײַנסטן בײַשפּיל פֿון רעאַליזם. כ׳האָב אָבער אויסגעפֿונען, אַז אַחוץ דעם ענין רעאַליזם און די מאָדער­נע פֿאָר­מען פֿון שרײַבן, האָט די ייִדי­שע ליטעראַ­טור אין זײַנע אויגן פֿאַר­מאָגט זייער אַ רוחניותדיקן יסוד. מאַו-דון האָט געגלייבט אין דער המשכדי­קייט פֿון דער ליטעראַטור בײַ ייִדן; אַז ס׳איז דאָ אַזאַ מין זאַך ווי אַ ‘ייִדי­שער מהות’. אויף דעם סמך, קאָן מען דורכ­פֿירן אַ גלײַכע ליניע און לײַכט פֿאַר­בינדן די ביבל מיט דער מאָדערנער ייִדי­שער ליטעראַטור, ווײַל אַלץ באַ­לאַנגט כּלומרשט צו איין לאַנג-יאָריקער טראַ­דיציע. ער האָט דעפֿינירט די ייִדי­שע לי­טעראַטור ווי אַ געמיש פֿון וויסנ­שאַפֿט און רעליגיע.‟

די דאָזיקע כּתבֿים און די רעלי­גיעזע טעמע האָט מען עד-היום זייער ווייניק געפֿאָרשט (לויט גווילי, איז דאָס צוליב מאַו-דונס מאַרקסיזם), אָבער צום באַדויערן, איז נישטאָ דאָרט גענוג מאַטעריאַל פֿאַר אַ דאָקטאָ­ראַט. האָט גווילי געמוזט ענדערן איר טע­מע, אָדער בעסער געזאָגט, פֿאַר­בריי­טערן, ווײַל סוף—כּל—סוף, שרײַבט זי פֿאָרט וועגן דער השפּעה פֿון רעליגיע אויף דער נאַציאָנאַלער ליטעראַטור אין כי­נע אין די 1920ער 1930ער יאָרן, אָבער עס גייט די רייד אויסשליסלעך וועגן דער קריסטלעכער רעליגיע. אַ דאַנק דער ערשטער טעמע, האָט זי אויך געפֿונען מאַטעריאַל וועגן ייִדן, אָנגעשריבן אויף כינעזיש, וואָס איז נישט דורכויס ראַסיסטיש. זי זאָגט, אַז עס זענען שטענדיק אַרויס ביכער וועגן ייִדן אין כינע, אָבער זיי באַשרײַבן אַלע ייִדן ווי רײַכע און סאָפֿיסטיקירטע לײַט, מיט אַזעלכע ווערטער: „צו מאַכן געשעפֿטן, ווי די ייִדן‟.

צום סוף פֿון אונדזער שמועס, זאָגט מיר גווילי, אַז נאָר מיט צוויי יאָר צוריק איז זי געווויר געוואָרן, אַז איר באָבע די סאַברע (!), קען ייִדיש, און זי גייט שטענדיק אין ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל. הלוואַי זאָל זי אַליין אַמאָל געפֿינען צײַט אויס­צו­לערנען זיך די וווּנדערלעכע שפּראַך. אַזוי צי אַזוי, איז גוויליס אַר­טיקל „אַלטערנאַטיווער רעאַליזם: ייִדיש­קייט, נאַטוראַליזם, און די פֿראַ­גע פֿון לעבן אין די שריפֿטן פֿון מאַו-דון‟ — שוין פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. די איינציקע פּראָבלעם שטעקט אין דעם, וואָס פֿאַר רובֿ „פֿאָרווערטס‟-לייענער, וועט ער נישט דערגיין, ווײַל ער איז דערשינען בלויז אויף כי­נעזיש.