ייִדישע גאַוטשאָס פֿון מאָזעסוויל

Moisés Ville Jewish Gauchos

אַ הײַנטצײַטיקע מאַפּע פֿון מאָזעסוויל, פֿונעם ייִדישן צענטער „שלום‟
אַ הײַנטצײַטיקע מאַפּע פֿון מאָזעסוויל, פֿונעם ייִדישן צענטער „שלום‟

Published June 11, 2013, issue of July 05, 2013.

דעם 9טן יוני, האָט די צײַטונג „ניו-יאָרק טײַמס‟ דערציילט וועגן דעם געוועזענעם ייִדישן שטעטל מיטן נאָמען מאָזעסוויל („משהס דאָרף‟, באַקאַנט אויף ייִדיש ווי מאָזעסוויל) אין אַרגענטינע, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט 5,000 ייִדן. דאָס שטעטל איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1889 דורך די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון די פּאָגראָמען. הײַנט וווינען דאָרטן 2,000 תּושבֿים, אַרײַנגערעכנט בערך 200 ייִדן.

דער פֿענאָמען פֿון ייִדישע גאַוטשאָס, די אַרגענטינער ווערסיע פֿון די אַמעריקאַנער קאַובויס, בלײַבט ווייניק באַקאַנט אין די ברייטערע ייִדישע קרײַזן. אינעם יאָר 1891, האָט באַראָן מאָריס דע הירש, אַ דײַטשיש-ייִדישער אײַזנבאַן-מאַגנאַט, געגרינדעט די „ייִדישע קאָלאָניזאַציע-אַסאָציאַציע‟, וועלכער האָט געשטעלט דעם ציל צו שאַפֿן פֿאַר די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אַגריקולטור-קאָלאָניעס אויף דעם צפֿון-אַמעריקאַנער און דרום-אַמעריקאַנער קאָנטינענט. צום גרעסטן איז זײַן פּראָיעקט געלונגען אין בראַזיל און אַרגענטינע, וווּ דע הירש האָט נאָכן טויט פֿון זײַן זון אײַנגעקויפֿט 198,000 אַקער לאַנד.

די אָרטיקע קריסטלעכע גאַוטשאָס האָבן זיך, צוערשט, באַצויגן צו די ייִדישע אימיגראַנטן מיט אַ חשד. נאָך אַ קאָנפֿליקט-פּעריאָד, האָבן זיי זיך מער-ווייניקער צוגעוווינט צו דעם נײַעם מין דאָרפֿישע פֿאַרמער.

אין די 1940ער יאָרן, האָט מאָזעסוויל געבליט. אינעם אָרטיקן ייִדישן טעאַטער האָבן כּסדר געשפּילט טרופּעס אויף ייִדיש; אין אַן אָרטיקער צײַטונג האָט מען געפֿירט שאַרפֿע דעבאַטעס צווישן שטיצער און קענגער פֿון ציוניזם; די ייִדישע גאַוטשאָס פֿלעגן אַרומרײַטן אין די סטעפּן — פּאַמפּאַסן — און זיך אַרײַנכאַפּן אויף די פֿערד אינעם שטעטל, כּדי צו מאַכן אַ „לחיים‟ מיט די אַנדערע פֿערד-רײַטער.

איצט איז ווייניק וואָס געבליבן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אינעם שטעטל. ס׳איז פֿאַראַן אַ שיל, וווּ עס פֿאַרזאַמלט זיך כּסדר אַ מנין; קיין רבֿ איז אָבער נישטאָ. הײַיאָר, האָט די אָרטיקע ייִדישע שול געמוזט זיך פֿאַרמאַכן, צוליב דער פֿאַלנדיקער צאָל תּלמידים. אַ טייל פֿון די גאַוטשאָס האָבן געביטן זייערע פֿערד אויף מאָדערנע לאַסט-אויטאָס און ווייסן נישט, וואָס ס׳וועט געשען ווײַטער מיט זייער לעבנס-שטייגער.

דער 70־יאָריקער אַרמיניאָ זײַפֿערהעלד, אַן אייגנטימער פֿון אַ קליינער טשערעדע בהמות, וועלכער וווינט אין אַ רעלאַטיוו קליין הויז, אַרומגערינגלט מיט פּאַלמען-ביימער, האָט דערקלערט, אַז אין זײַן לעבן האָט ער געטראָפֿן פֿאַרשיידענע סאָרטן גאַוטשאָס — סײַ ווילדע און אומאָפּהענגיקע, סײַ „געטרײַע סאָלדאַטן‟. זײַן פֿאַרהאַרטענע הויט ווײַזט, אַז ער האָט פֿאַרבראַכט אַ סך יאָר אינעם האַרבן וועטער פֿון די פּאַמפּאַסן. הײַנט פֿילט ער זיך ווי איינער פֿון די לעצטע פֿאַרבליבענע מענטשן פֿון דעם דאָזיקן זעלטענעם מין ייִדן.

זײַפֿערהעלדס טאַטע-מאַמע זענען אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אין די 1930ער יאָרן און האָבן זיך באַזעצט אין מאָזעסוויל. אין יענער צײַט, זענען אַרום דעם שטעטל געווען מער ווי אַ טוץ בליִענדיקע ייִדישע פֿאַרמען. אַ צאָל ביכער און פֿילמען האָבן שוין דערציילט וועגן דער קאָמפּליצירטער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן אָרט.

די ייִדישע קהילה אין אַרגענטינע, וואָס באַטרעפֿט אַ פֿערטל מיליאָן נפֿשות, איז די גרעסטע אין לאַטײַן-אַמעריקע. די ייִדישע גאַוטשאָס זענען אָבער הײַנט אַ זעלטנקייט. אַלבערטאָ גערשונאָף, אַן אוקראַיִניש-געבוירענער אַרגענטינער שרײַבער, וועלכער איז אָנגעקומען אינעם פּאַמפּאַס-ראַיאָן אינעם יאָר 1889, האָט געשילדערט אין אַ סעריע דערציילונגען די ערשטע אָרטיקע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע ייִשובֿים. זײַן טאַטע איז טראַגיש אומגעקומען: דערהרגעט געוואָרן דורך אַן אַנדער גאַוטשאָ. גוואַלד-מעשׂים פֿלעגן כּסדר פּאַסירן אין דער דאָזיקער „ווילדער‟ פֿאַרמער-קולטור, און נישט זעלטן אָנגערירט די ייִדישע פֿאַרמער.

אין 1889, זענען 136 ייִדישע משפּחות אָנגעקומען פֿון רוסלאַנד קיין אַרגענטינע; זיי האָבן געהערט, אַז דאָס איז אַ לאַנד, וווּ נײַע אימיגראַנטן קאָנען זיך פֿרײַ באַזעצן און באַאַרבעטן די רײַכע פֿרוכטבאַרע ערד. למעשׂה, זענען זיי געבליבן שטעקן אויף אַ פֿאַרלאָזטער באַן-סטאַנציע און האָבן געמוזט בעטלען געלט בײַ צופֿעליקע פֿאַרבײַגייער, כּדי איבערצולעבן דעם ערשטן ווינטער; צענדליקער פֿון זייערע קינדער זענען געשטאָרבן פֿון קעלט און קראַנקייטן. עוואַ געלבערט דע ראָזענטאַל, די 66־יאָריקע דירעקטאָרין פֿונעם קליינעם מוזיי אין מאָזעסוויל, האָט דערציילט, אַז מע האָט געמוזט באַערדיקן די טויטע קינדער אין ליידיקע קעראָסין-ציסטערנעס, ווײַל אין יענער צײַט איז אינעם ראַיאָן נאָך נישט געווען קיין ייִדישער בית-עולם.

ווען באַראָן דע הירש האָט זיך דערוויסט וועגן די צרות פֿון די ערשטע ייִדישע קאָלאָניסטן אין אַרגענטינע, האָט ער באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן פֿאַר זיי לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס. דער פּראָיעקט איז זיך צעוואַקסן און אַרומגעכאַפּט אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט קאַנאַדע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס האָבן זיך באַוויזן פֿאַרמערישע שטעטלעך מיט אַזעלכע נעמען, ווי זאָנענפֿעלד און לוסיען-ווילע, נאָך דעם באַראָנס אייגענעם פֿאַרשטאָרבענעם זון.

במשך פֿון עטלעכע דורות, האָבן פֿאַקטיש אַלע ייִדן אינעם ראַיאָן, פֿון די קרעמער און אַפּטייקער ביז די „ווילדסטע‟ גאַוטשאָס, גערעדט צווישן זיך אויף ייִדיש. אין איינער פֿון די צוויי ביבליאָטעקן אין מאָזעסוויל ליגן הונדערטער ייִדישע ביכער — פֿון שמעון דובנאָווס היסטאָרישע פֿאָרשונגען ביז שלום אַשס ראָמאַנען.

דער אָרטיקער ייִדישער טעאַטער „קדימה‟, וועלכער האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1929, האָט אַרײַנגענומען ביז 700 צוקוקער. לעצטנס, האָט דער פֿאַרלאָזטער טעאַטער-בנין געליטן פֿון שטורעמווינטן און רעגנס; דער דאַך איז אײַנגעפֿאַלן און די ווענט זענען צעשעדיקט געוואָרן.

זינט די 1950ער יאָרן, זענען ס׳רובֿ מאָזעסווילער ייִדישע תּושבֿים זיך צעפֿאָרן — ווער קיין ישׂראל, ווער קיין בוענאָס-אײַרעס אָדער ראָסאַריאָ, די צווייט-גרעסטע שטאָט אינעם לאַנד. ווען די אַרגענטינער עקאָנאָמיע האָט זיך אָנגעהויבן וואַקלען, האָבן אַ טייל אָרטיקע ייִדן זיך אַריבערגעפּעקלט קיין אייראָפּע אָדער צפֿון-אַמעריקע. די אָרטיקע ייִדן זאָגן, ווי אַ שפּאַס, אַז זיי האָבן פֿאַרפֿלאַנצט די ווייץ און אויפֿגעצויגן דאָקטוירים — ווײַל דער יונגער דור וויל באַקומען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע בילדונג אַנשטאָט צו אַרבעטן אויף אַ פֿאַרם.

צוויי ברידער אין זייערע זעכציקער, בערנאַנדינאָ און אַניבאַל אורבאַן, קינדער פֿון איטאַליענישע ייִדישע אימיגראַנטן, פֿאַרקויפֿן ווײַטער אין זייער בעקערײַ „לאַ סענטראַל‟ געפֿלאָכטענע חלות און ריי אַנדערע ייִדישע דעליקאַטעסן. דאָס גאַנצע שטעטל, נישט בלויז די געבליבענע ייִדן, האָט ליב די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים.

זײַפֿערהעלד, דער אַלטער גאַוטשאָ, דינט ווי דער בעל-תּוקע ראָש-השנה און זאַמלט צונויף אַ קליינע גרופּע מתפּללים אין דער שיל יעדן פֿרײַטיק אויף דער נאַכט, זיך באַגייענדיק אָן אַ רבֿ. נישט געקוקט אויף אַזאַ שוואַכן מצבֿ פֿון דער קהילה, זענען אין מאָזעסוויל נאָך פֿאַראַן ייִדישע יונגע-לײַט, וועלכע ווילן דאָרטן בלײַבן. דער 29־יאָריקער אַבעל גרשון, וועלכער טראָגט אַ גאַוטשאָ-הוט און פֿאַרנעמט זיך מיט פֿיך-צוכט, האָט געמאָלדן, אַז ער איז אויפֿגעוואַקסן אין מאָזעסוויל און קאָן זיך נישט פֿאָרשטעלן קיין בעסער אָרט פֿאַר זיך.