אַ סאָלאָווייטשיק צווישן ספֿרדים

A Soloveichik Among Sephardis

פֿון עמי אידען (ייִט״אַ)

Published June 14, 2013, issue of July 05, 2013.

הרבֿ מאיר סאָלאָווייטשיק
הרבֿ מאיר סאָלאָווייטשיק

די עלטסטע שיל אין אַמעריקע — די ספֿרדיש־פּאָרטאָגעזישע שיל „שארית־ישׂראל‟ אויפֿן „אַפּער וועסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן — האָט אַ נײַעם רבֿ: מאיר סאָלאָווייטשיק, דאָס אייניקל פֿון הרבֿ אַהרן סאָלאָווייטשיק, און דער אור־פּלימעניק פֿונעם „רבֿ‟ (ר׳ יוסף סאָלאָווייטיש).

„שארית־ישׂראל‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1654 דורך דער ערשטער גרופּע ייִדן אין אַמעריקע — פּליטים פֿון די רדיפֿות אין רעציפֿע, בראַזיל.

ביז איצט האָט סאָלאָווייטשיק געדינט ווי דער געהילף־רבֿ אין „קהילת־ישורון‟ אויפֿן „אַפּער איסט סײַד‟.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צענדליקער יאָרן האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער סינאַגאָגע הרבֿ מאַרק איינדזשעל, און נאָך אים — זײַן זון, חיים איינדזשעל. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס די שיל וועט אָנגעפֿירט ווערן דורך אַ „ליטוואַק‟; און נישט סתּם אַ „ליטוואַק‟, נאָר אַ סאָלאָווייטשיק.

אָבער נאָך אינטערעסאַנטער ווי די עטנישע ענדערונג צווישן די צוויי רבנים, איז די אידעאָלאָגישע. די רבנים מאַרק און חיים איינדזשעל האָבן לעצטנס אָפּגעגעבן זייערע כּוחות דעם „אינסטיטוט פֿון נײַע געדאַנקען און אידעאַלן‟ — אַ ליבעראַלע אָרטאָדאָקסישע „דענק־פֿאַבריק‟, געגרינדעט פֿונעם טאַטן, איינדזשעל. זיי האָבן איבערהויפּט זיך שטאַרק אַרויסגעזאָגט קעגן דער שטעלונג פֿונעם אָרטאָדאָקסישן ראַבינאַט וואָס שייך דעם גיור־פּראָצעס.

סאָלאָווייטשיק, פֿון דער צווייטער זײַט, האַלט אונטער אַ מער רעכט־געשטימטע ליניע, סײַ פֿון אַ רעליגיעזן, סײַ פֿון אַ פּאָליטישן שטאַנדפּונקט. אין 2012 האָט ער באַגריסט דעם עולם בײַם רעפּובליקאַנער נאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר אין טאַמפּאַ, פֿלאָרידע.

שטעלט זיך די פֿראַגע: צי שפּיגלט אָפּ דער איבערגאַנג פֿון „בית־איינדזשעל‟ צו „בית־סאָלאָווייטשיק‟ אַן ערנסטע אידעאָלאָגישע ענדערונג אין דער שיל?

ווי איינער, וועלכער וווינט שוין יאָרן לאַנג אויפֿן „אַפּער וועסט סײַד‟, און איז גוט באַקאַנט מיט דער אָרטיקער אָרטאָדאָקסישער קהילה, האַלט איך, אַז ניין. הײַנטיקע צײַטן שפּילט אידעאָלאָגיע דאָ אַ סך אַ קלענערע ראָלע, איידער מיט יאָרן צוריק. דאָ זענען וויכטיקער בײַ מענטשן די גרייס און סטיל פֿון דאַווענען אין אַ שיל, און ווער ס׳זענען אירע מיטגלידער.

צי מ׳איז מסכּים מיט הרבֿ מאיר סאָלאָווייטשיק, צי נישט, קען יעדער זען, אַז ער איז אַ פּאָפּולערער רעדנער, וועלכער ציט שטענדיק צו אַן עולם. אפֿשר איז דאָס אַ גענוג גוטע סיבה איבערצוצײַגן די כּלל־טוער פֿון „שארית־ישׂראל‟ אַרײַנצוברענגען אַ רבֿ פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט.