ייִדישע סאָציאַליסטן אינעם הײַנטיקן לאָנדאָן

Jewish Socialists in London

דוד ראָזענבערג מיטן בריטישן זשורנאַל Jewish Socialist
דוד ראָזענבערג מיטן בריטישן זשורנאַל Jewish Socialist

Published July 12, 2013, issue of August 02, 2013.

דעם 12טן מײַ, 2013, האָט „די ייִדישע סאָציאַליסטישע גרופּע‟ אין לאָנדאָן אָפּגעמערקט דעם 70סטן יאָרצײַט פֿון שמואל אַרטור זיגלבוים, אַ בונדיסט, וועלכער האָט אין 1943 זיך גענומען דאָס לעבן אין לאָנדאָן, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם גלײַכגילט פֿון דער וועלט צום מאַסן־אומברענג פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. אינעם נײַעם נומער (נומ׳ 66) פֿון דעם זשורנאַל Jewish Socialist שרײַבט דוד ראָזענבערג, איינער פֿון די רעדאַקטאָרן, אַ באַריכותדיקן אַרטיקל וועגן זיגלבוימס לעבן, ווי אויך וועגן די באַמיִונגען אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל אין ענגלאַנד נאָך זײַן טויט. אין 1996 האָט מען, סוף־כּל־סוף, אויפֿגעהאָנגען אַ שילדל אויף אַ מויער נישט ווײַט פֿון זיגלבוימס לאָנדאָנער היים, און די דאָזיקע סאָציאַליסטישע גרופּע האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דעם אויפֿטו. דער זשורנאַל דעקט די סאָציאַליסטישע ענינים פֿון דער גאַנצער וועלט, ייִדישע און נישט־ייִדישע, און דער הויפּט־אַרטיקל אינעם נײַעם נומער באַשרײַבט דעם וווּקס פֿון די רעכטע פּאַרטייען אין גריכנלאַנד.

איך האָב געהאַלטן אַ שמועס מיט דוד ראָזענבערג, איינער פֿון די אָנפֿירערס זינט 1976. דאָס יאָר האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס בוך Battle for the East End: Jewish Responses to Fascism in the 1930s, וועגן דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער באַוועגונג אין לאָנדאָן. אין 1983 האָט יאָסל מלאָטעק ע״ה אים אינטערוויויִרט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ — „שוין צײַט אויף נאָך אַן אינטערוויו!‟, האָט ער זיך געוויצלט אויפֿן טעלעפֿאָן.

די „ייִדישע סאָציאַליסטישע גרופּע‟ איז נישט קיין נײַע — אין 1974 האָט זיך עס געשאַפֿן „ווי אַ פֿאָרום פֿאַר ראַדיקאַלע געדאַנקען און מיינונגען, מכּוח דער ייִדישער קהילה דאָ [אין ענגלאַנד] און אין אַנדערע ערטער…‟ די ערשטע אָנפֿירער זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַ לינקער ציוניסטשער באַוועגונג און פֿאַרבראַכט די זומערן אין זייערע זומער־קאָלאָניעס. נאָכן איבערלייענען זייערע צילן, פֿאַרשטייט מען, אַז די גרופּע איז גאַנץ קריטיש לגבי דער איצטיקער פּאָליטיק אין ישׂראל. ווען איך האָב געפֿרעגט ראָזענבערג וועגן דעם, און דער „גרופּעס‟ באַציִונג צו דער גרעסערער לאָנדאָנער ייִדישער געזעלשאַפֿט, האָט ער געענטפֿערט, אַז זײַן גרופּע איז גאַנץ קליין, און במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר האָבן זיך געשאַפֿן גרעסערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין ענגלאַנד מיט ענלעכע קריטישע פּערספּעקטיוון, איז מען שוין מער סענסיטיוו צו יענע.

אין דער „גרופּע‟ האָבן עטלעכע מענטשן אַן אינטערעס צו ייִדיש, צו ייִדישע לידער און צו דער ייִדישער קולטור־געשיכטע אין לאָנדאָן. די ערשטע אָנפֿירער פֿון דער גרופּע, ווי מײַקל הײַסער, האָבן געהאַט נאָענטערע פֿאַרבינדונגען מיט ייִדיש דירעקט אין זייערע משפּחות. ראָזענבערג, אָבער, האָט זיך געלערנט ייִדיש אין דער אָקספֿאָרדער ייִדיש־פּראָגראַם זומער, 1982. די השפּעה פֿון בונדישע געדאַנקען, צווישן זיי — דער שטאָלץ צו זײַן אַ ייִד אין גלות — איז אײַנגעוואָרצלט געוואָרן צווישן די מיטגלידער, און איז משפּיע אויף די אַקטיוויטעטן.

די מער פּראָגרעסיווע עלעמענטן בײַ די ייִדן אין ענגלאַנד, האָט ראָזענבערג מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין, האָבן זיך אינעם 20סטן יאָרהונדערט געצויגן מער צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער, אָדער צו „דער לייבאָר־פּאַרטיי‟, כאָטש די טאַטע־מאַמעס און זיידע־באָבעס פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן זענען אָפֿט געווען בונדיסטן פֿון דער אַלטער היים.

ווי איז בײַ אים אויפֿגעקומען דער געדאַנק צו שרײַבן וועגן דער אַנטיפֿאַשיסטישער באַוועגונג אין דער איסט־ענד? „מײַן משפּחה האָט דאָרטן געוווינט; זיידע־באָבע, פֿון דער מאַמעס צד, שטאַמען פֿון פּוילן, פֿונעם טאַטנס צד — פֿון טאָראָנטאָ. איך בין געבוירן געוואָרן אין איסט־ענד, אָבער אויפֿגעוואַקסן אין אַן אַנדער טייל פֿון לאָנדאָן. שבת־זונטיק פֿלעג איך דאָרט אַרבעטן בחורווײַז צו פֿאַרדינען. מײַן מאַגיסטער־אַרבעט אין אוניווערסיטעט האָט אַנאַליזירט דעם אַנטיסעמיטיזם אין ענגלאַנד אין די 1930ער יאָרן‟, דערציילט ער. הײַנט איז ער אויך דער וועגווײַזער בעת די שפּאַצירן איבער דער איסט־ענד, וואָס אַנטפּלעקט די אינטערעסאַנטע פּונקטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישע געגנט. ער באַטאָנט, אַז די עטנישע גרופּע, וועלכע וווינט הײַנט אויף דער איסט־ענד, די באַנגלאַדעשער, האָבן אויך געקעמפֿט אויף די גאַסן קעגן פֿאַשיזם, פּונקט ווי די ייִדן מיט 50 יאָר פֿריִער.

אין די 1980ער יאָרן האָט די גרופּע אײַנגעפֿירט אַקטיוויטעטן מיט אַ שײַכות צו ייִדיש, און די גרעסערע בריטיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך דעמאָלט באַקלאָגט — „וואָס דאַרפֿט איר דאָס האָבן? העברעיִש האָט געוווּנען, לאָמיר זיך אָפּגעבן מיט דעם‟. אויף דער טענה ענטפֿערט דוד ראָזענבערג, — אַז די „ייִדישע סאָציאַליסטישע גרופּע‟ פֿאַרנעמט זיך נישט מיטן עבֿר, נאָר מיטן הײַנט — מיט ראַסיזם איבער דער וועלט, מיט אַנטיסעמיטיזם, און מיט ייִדיש, ווי אַ טייל פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער אידענטיטעט, נישט פֿונעם אָמאַל.‟