אַקטיאָר און שרײַבער משה לאָיעוו ע‟ה

Actor and Writer Moyshe Loev Dies at 96

Published August 29, 2013, issue of September 13, 2013.

דעם 27סטן אויגוסט, 2013 איז אַוועק אין דער אייביקייט משה לאָיעוו, ייִדישער אַקטיאָר, רעזשיסאָר און שרײַבער. מיר האָבן פֿאַרלוירן אַ שיינעם, האַרציקן מענטש, וואָס האָט זײַן גאַנץ לעבן געדינט דעם ייִדישן וואָרט — סײַ פֿון דער טעאַטער־בינע און סײַ מיט זײַן טאַלאַנטירטער פּען. ער האָט געקאָנט דערלאַנגען אַ מעשׂה, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט מיט איר אמת און שאַפֿערישער פֿאַנטאַזיע.

משה לאָיעוו איז געבוירן געוואָרן אין 1917, אין דער אוקראַיִנישער שטאָט טשערקאַס. נאָך אַ קינד האָט ער אַרויסגעוויזן אַקטיאָרישע פֿעיִקײטן, זיך באַטײליקט אין אַמאַטאָרישע און פֿראָפֿעסיאָנעלע ספּעקטאַקלען. נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול איז ער אין יאָר 1933 אָנגעקומען אין דער טעאַטראַלער שול בײַם מאָסקװער ייִדישן מלוכה־טעאַטער. ער האָט זיך באַטײליקט אין די ספּעקטאַקלען פֿונעם קיִעװער ייִדישן ליאַלקע־טעאַטער און אין דעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער פֿון אוקראַיִנע, וווּ ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן, ווי אַן אַקטיאָר, נאָכן פֿאַרענדיקן דעם ייִדישן פֿאַקולטעט בײַם קיִעװער טעאַטראַלן אינסטיטוט.

אין יולי 1941 װערט ער מאָביליזירט אין דער אַרמײ און נאָך די ערשטע שלאַכטן פֿאַלט לאָיעוו אַרײַן אין געפֿאַנגענשאַפֿט צו די דײַטשן. ער מאַכט דורך אין משך פֿון דרײַ יאָר אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום און, װען ער גײט אַרױס אַ לעבעדיקער, נעמט מען אים װידער אין דער רויטער אַרמיי, אָבער שױן אין אַ שטראָף־באַטאַליאָן, ווײַל ער האָט זיך „געלאָזט נעמען אין פּלען אַרײַן‟. נאָך אַ שווערער פֿאַרוווּנדונג, האָט מען לאָיעוון דעמאָביליזירט, און אין יוני 1945 קערט ער זיך אום אין טעאַטער, װעלכן מ’האָט שוין צו יענער צײַט אַריבערגעפֿירט פֿון קיִעװ קײן טשערנעװיץ. ער אַרבעט, צו ערשט, װי אַן אַסיסטענט בײַם קינסטלערישן אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, משה גאָלדבלאַט, און שפּעטער שטעלט ער אַלײן אַ רײ ספּעקטאַקלען. צוזאַמען מיט גאָלדבלאַטן, שאַפֿט לאָיעוו אַ רײ קאָנצערט־פּראָגראַמען, אָרגאַניזירט אַ ליאַלקע־טעאַטער, זעצט איבער פֿון רוסיש פּיעסעס. נאָך דעם װי אין פֿעברואַר 1950 האָט מען דעם טעאַטער פֿאַרמאַכט, גרינדעט לאָיעוו אַ רוסישן פֿאָלקס־טעאַטער בײַם קולטור־הױז פֿון לערער; ער אינסצעניזירט שלום־עליכמס ראָמאַן „בלאָנדזשנדע שטערן‟ פֿאַרן טשערנאָװיצער אוקראַיִנישן מוזיקאַליש־דראַמאַטישן טעאַטער.

זײַנע דערציילונגען האָט משה לאָיעוו געדרוקט אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, װי אױך אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟.

סוף 1989 האָט לאָיעוו עמיגרירט קײן אַמעריקע, און זיך באַזעצט מיט זײַן פֿרוי, ראַיע, אין ברוקלין, ניו־יאָרק. ערשט דאָ האָט זיך צעבליט זײַן שרײַבערישער טאַלאַנט. זײַנע דערציילונגען, פֿול מיט פֿאָלקס־הומאָר און חכמה, די זכרונות וועגן ייִדישן טעאַטער, שרײַבערס און אַקטיאָרן זײַנען געוואָרן אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַר די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. לאָיעוו איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט זײַן ליטעראַרישער אַרבעט. ער דרוקט זיך אין אַלע ייִדישע און רוסישע אויסגאַבעס, וואָס דערשײַנען אין ניו־יאָרק, בתוכם אינעם „פֿאָרווערטס‟. ער האָט אַרויסגעלאָזט עטלעכע ביכער אויף רוסיש, צווישן זיי — זײַנע נאָטיצן וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

כּבֿוד זײַן אָנדענק.
באָריס סאַנדלער,
רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟