ווילסט בויקאָטירן ישׂראל?

Who Wants To Boycott Israel?

אַרי לעסער
אַרי לעסער

Published October 11, 2013, issue of November 08, 2013.

ס׳איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ נײַער „וואָפֿן‟ אין דער פּראָ־ישׂראלדיקער קאַמפּאַניע קעגן דער „בויקאָטיר־ישׂראל באַוועגונג‟ — אַ ווידעאָ פֿון אַ פֿרומען היפּ־האָפּ זינגער אין קליוולאַנד, אָהײַאָ — אַרי לעסער. נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז איבער דער וועלט האָט מען דעם ווידעאָ שוין געזען מער ווי 40,000 מאָל, איז קלאָר, אַז ער האָט אָנגערירט אַ נערוו.

דער ווידעאָ, וואָס הייסט Boycott Israel, באַטאָנט דאָס צבֿיעות פֿון בויקאָטירן ישׂראל, ווען אַנדערע לענדער איבער דער וועלט באַגייען אַ סך ערגערע מענטשנרעכט־בראָכן, ווי די, אין וועלכע מע באַשולדיקט ישׂראל, באַגאַנגען קעגן די פּאַלעסטינער. צווישן יענע לענדער: צפֿון־קאָרעע, סיריע, רוסלאַנד און עקוואַדאָר.

דער רעפֿרען באַטאָנט דעם תּמצית פֿונעם ווידעאָ:

בויקאָטיר ישׂראל אויב דו מיינסט ס׳איז ריכטיק,
אָבער סײַדן דו האָסט אַ טאָפּלטן סטאַנדאַרט, דאַרפֿסטו אויך בויקאָטירן
די אַנדערע לענדער, וואָס ווערן באַשולדיקט אין מענטשנרעכט־בראָכן.
מיר זענען נישט פּערפֿעקט, אָבער אויב דו מיינסט, אַז מיר זענען די ערגסטע,
גיב אַ קוק אויף די אַנדערע לענדער איבער דער וועלט
קלײַב נישט אויס בלויז וואָס די ווילסט, כּדי זיך אָנזעצן דווקא אויף די ייִדן,
נעם אַ צײַטונג און לייען איבער די נײַעס!

לעסער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד און געמאַכט דעם ווידעאָ נאָך דעם ווי די פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע Here is Israel (אָט איז ישׂראל) האָט עס בײַ אים באַשטעלט.

„איך מיין נישט צו זאָגן, אַז ישׂראל איז תּמיד גערעכט, און איך קריטיקיר ישׂראל, ווען איך בין נישט מסכּים מיט איר פּאָליטיק; אָבער צו בויקאָטירן דאָס גאַנצע לאַנד איז פּשוט נישט ערלעך,‟ האָט לעסער געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט די Times of Israel. „אויב דו ביסט נישט גרייט צו בויקאָטירן אַלע אַנדערע לענדער אויף דער וועלט, איז די ׳בויקאָטיר־ישׂראל באַוועגונג׳ פּראָסט־און־פּשוט אַנטיסעמיטיזם אָדער אַנטי־ישׂראליזם…‟