פּאָסט־ליובאַוויטשער חב״ד

Chabad After Lubavitch

פֿאַרשיידענע פּנימער פֿון חב״ד (פֿון רעכטס אויף לינקס): דער אַנטי־ציוניסט הרבֿ מרדכי־וואָלף וועבערמאַן, דער סעקס־גורו הרבֿ שמואל בוטח און דער נעאָ־חסידישער דענקער הרבֿ מאַקס־אַריאל קאָהאַנזאַד. אין הינטערגרונט: דאָס שטעטל ליובאַוויטש, מיט וועלכן חב״ד ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט
פֿאַרשיידענע פּנימער פֿון חב״ד (פֿון רעכטס אויף לינקס): דער אַנטי־ציוניסט הרבֿ מרדכי־וואָלף וועבערמאַן, דער סעקס־גורו הרבֿ שמואל בוטח און דער נעאָ־חסידישער דענקער הרבֿ מאַקס־אַריאל קאָהאַנזאַד. אין הינטערגרונט: דאָס שטעטל ליובאַוויטש, מיט וועלכן חב״ד ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 30, 2013, issue of November 22, 2013.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ ייִד מיט אַ באָרד און יאַרמלקע, וועלכער האָט אויף מיר מיט גרויס התפּעלות אָנגעשריגן, אַז ער איז אַ טראָצקיסט. שבת, מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, האָט מיך אַן אַנדער מענטש, אַ גר, פֿאַרבעטן צו דער סעודה און דערקלערט, ווי אַזוי די קאָמוניסטישע שיטה פֿונעם איטאַליענישן פֿילאָסאָף אַנטאָניאָ גראַמשי שטימט מיט ייִדישקייט.

וווּ נעמט מען מענטשן מיט אַזעלכע עקלעקטישע געדאַנקען? אַוודאי, אין ליובאַוויטש. מיט 22 יאָר צוריק, אינעם יאָר תּשנ״ב (1992), האָט דער ליובאַוויטשער רבי צום לעצטן מאָל אויפֿגעטראָטן מיט אַ שׂיחה פֿאַרן יערלעכן כּינוס־השלוחים — דער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער צוזאַמענפֿאָר פֿון זײַנע שליחים. דאָס איז אויך געווען די לעצטע שׂיחה, וועלכע ער האָט אַליין אינגאַנצן רעדאַקטירט. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, האָט דער רבי געליטן פֿון זײַן ערשטער אַפּאָפּלעקסיע; מיט צוויי יאָר שפּעטער איז ער ניפֿטר געוואָרן.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָבן אַ צאָל רבנים באַטראַכט די דערמאָנטע לעצטע שׂיחה פֿונעם רבין, זוכנדיק אין איר רמזים און עצות, ווי אַזוי זיי זאָלן זיך פֿירן הײַנט, אָן אַ לעבעדיקן מנהיג. הרבֿ גרשון אַבֿצון, דער ראָש־ישיבֿה פֿון דער ליובאַוויטשער ישיבֿה אין סינסינעטי, האָט גערופֿן די חסידים צו גלייבן ווײַטער, אַז דער רבי איז נישט געשטאָרבן. ער וועט קומען צוריק, טרייסט דער רבֿ די לייענער פֿון דער וועבזײַט „Chabadinfo‟, און וועט זיך אַנטפּלעקן ווי דער מלך־המשיח.

צוליב אַזעלכע און מער ראַדיקאַלע משיחישע געדאַנקען האָט חב״ד פֿאַרדינט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע רעפּוטאַציע פֿון אַ געפֿערלעך־ווילדער חבֿרה. די עקסטרעמסטע משיחיסטן האָבן זיך דערטראַכט צו פֿאַרגלײַכן דעם רבין מיט גאָט; הרבֿ אַריאל סאָקאָלאָווסקי, אַ קעשענעווער ייִד, פֿאַרשפּרייט אַזאַ ווילדע שיטה אינעם שטאַט אָרעגאָן; ס׳רוב ליובאַוויטשער רבנים באַטראַכטן עס ווי אַ כּמו־קריסטלעכע כּפֿירה.

אַ סך ייִדישע נײַעס אַרום דעם וועלט האָבן צו טאָן מיט „חב״ד־ליובאַוויטש‟. למשל, אַ חב״ד־הויז אין אויסטראַליע האָט באַזאָרגט מיט דער צײַטווײַליקער הכנסת־אורחים די געליטענע פֿון די אַנומלטיקע וואַלד־שׂריפֿות; 850 ייִדישע סטודענטן זענען געקומען צו גאַסט אין דער ברוקלינער ליובאַוויטשער קהילה, כּדי מקבל־פּנים צו זײַן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. אין אַ סך שטעט דרייט זיך דאָס ייִדישע קהילה־לעבן פֿאַקטיש אינגאַנצן אַרום די אָרטיקע חב״ד־צענטערס. נישט געקוקט אויף דער קריטיק, קאָן קיינער נישט אָפּלייעקענען, אַז דעם ליובאַוויטשער רבין האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ מעכטיקע וועלט־באַוועגונג.

ווייניק מענטשן טראַכטן זיך הײַנט אַרײַן, פֿאַרוואָס די באַוועגונג „חב״ד־ליובאַוויטש‟ טראָגט דווקא אַזאַ טאָפּלטן נאָמען. אין דער אמתן, איז פֿאַראַן אַ וויכטיקער חילוק צווישן די צוויי באַגריפֿן, ווײַל ליובאַוויטש איז בלויז איין צווײַג פֿונעם ברייטערן חב״ד־חסידות. אַמאָל האָבן עקזיסטירט אַ סך פֿאַרשיידענע צווײַגן פֿון דער דאָזיקער חסידישער שיטה, אַחוץ ליובאַוויטש, אין אַ גאַנצער ריי רײַסישע און אוקראַיִנישע שטעטלעך, אַרײַנגערעכט קאָפּוסט, באָברויסק, נעזשין און רעטשיצע; ס׳איז אַפֿילו געווען אַ צווײַג אין קעשענעוו.

די צעטיילונג האָט זיך אָנגעהויבן מיט 200 יאָר צוריק, ווען די חב״ד־באַוועגונג האָט זיך נאָך נישט אַסאָציִיִרט מיטן שטעטל ליובאַוויטש. רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער גרינדער פֿון חב״ד, איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1812, גלײַך נאָכן ניצחון פֿון דער רוסישער אַרמיי איבער די פֿראַנצויזן. להיפּוך צו אַ סך פּוילישע צדיקים, איז דער „אַלטער רבי‟ אָדער „בעל־התּניא‟, ווי די אַנדערע חסידישע גרופּעס רופֿן אים אָן, געווען געשטימט שאַרף קעגן נאַפּאָלעאָנען און האָט געהאָלפֿן דער רוסישער אַרמיי. צוליב דעם, האָט דער צאַר אַלעקסאַנדער דער ערשטער געגעבן אים און זײַנע אייניקלעך אַן ערן־טיטל, וועלכער האָט זיי דערמעגלעכט צו לעבן מחוץ דעם תּחום־המושבֿ. זײַן פּראָ־רוסישע טעטיקייט בעת דער מלחמה קעגן נאַפּאָלעאָן האָט אָבער אונטערגעריסן זײַן געזונט.

נאָך דער פּטירה פֿונעם אַלטן רבין, האָט די חב״ד־באַוועגונג זיך באַלד צעטיילט. אַ סך חסידים האָבן געפֿאָלגט נאָך זײַן זון, דובֿ־בער שניאורי, באַקאַנט ווי דער „מיטעלער רבי‟, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין ליובאַוויטש. צוליב דעם, האָט זיך געשאַפֿן די אַסאָציאַציע צווישן „חב״ד‟, ווי אַן עזאָטערישע גײַסטיקע באַוועגונג, און דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל אין דער סמאָלענסקער געגנט, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אויפֿן שטח פֿון רוסלאַנד, נישט ווײַט פֿון רײַסישער גרענעץ. אַ סך אַנדערע חסידים האָבן זיך געווענדט צו דעם אַלטן רבינס גרויסן תּלמיד, רבי אַהרן סטראַשעליער.

דעם „מיטעלער רבינס‟ זון מנחם־מענדל, וועלכער האָט אויסגעקליבן דעם פֿאַמיליע־נאָמען שניאורסאָן, איז באַקאַנט, נאָך איינעם פֿון זײַנע ספֿרים, ווי דער „צמח־צדק‟. איינער פֿון „צמח־צדקס‟ זין האָט ממשיך געווען די רביסטווע אין ליובאַוויטש; פֿיר אַנדערע האָבן געגרינדעט צווײַגן אין קאָפּוסט, ליאַדי, ניעזשין און אָוורוטש. שפּעטער האָבן זייערע קינדער און אייניקלעך געשאַפֿן אייגענע ווערסיעס פֿון חב״ד, דעצענטראַליזירנדיק ווײַטער די באַוועגונג.

נישט געקוקט אויף דער צעצווײַגטקייט און פֿאַרשיידנאַרטיקייט, קאָן מען זאָגן, אַז אין אַלע חב״ד־גרופּעס איז פֿאַראַן אַ נטיה צו ראַדיקאַליזם, וואָס שפּיגלט זיך אָפּ אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. שלום־עליכם דערמאָנט אין זײַן ראָמאַן „דער בלוטיקער שפּאַס‟, אַז אין זײַנע צײַטן האָבן די חב״דניקעס קונה־שם געווען אַ רעפּוטאַציע פֿון עקסטרעם־פֿרומע ייִדן. אַזאַ דרך האָט ממשיך געווען אין אַמעריקע הרבֿ חיים־אַבֿרהם־דובֿ־בער לעווין, וועלכער האָט פֿאַרדינט דאָס צונעמעניש „מלאך‟ צוליב זײַנע שאַרפֿע אַסקעטישע און קנאָיִשע הנהגות. צוליב דעם, האָט זײַן ווערסיע פֿון „חב״ד‟ באַקומען דעם נאָמען „מלאכים‟; הײַנט וווינען ס׳רובֿ זײַנע נאָכפֿאָלגער אין וויליאַמסבורג און מאָנסי.

הרבֿ מרדכי־וואָלף וועבערמאַן, דער אומפֿאָרמעלער הײַנטיקער מנהיג פֿון דער דאָזיקער גרופּע, איז אַ באַקאַנטער אַקטיוויסט פֿון „נטורי־קרתּא‟. די הויפּט-שטראָמיקע ליובאַוויטשער חסידים האָבן ליב זיך צו באַרימען, אַז זיי פֿאַרשפּרייטן זייער חסידות אַרום דער גאָרער וועלט און באַזוכן אַזש אַזעלכע ערטער, ווי דער צפֿונדיקער פּאָלוס און אַנטאַרקטידע. ווייניק פֿון זיי וואָלט אָבער געטראַכט צו באַזוכן איראַן. וועבערמאַן, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם דערמאָנטן אַלטערנאַטיוון חב״ד־צווײַג, האָט עס אָבער געטאָן, כּדי צו באַקענען דעם דאָרטיקן פּרעזידענט און די גאַנצע וועלט מיט זײַן אַנטי־ציוניסטישער שיטה. אַ געוויינטלעכער רעכטער פּראָ־ישׂראלדיקער ליובאַוויטשער שליח וואָלט, אַוודאי, נישט געחלומט דאָס צו טאָן. און פֿאָרט, שפּיגלט זיך דאָ אָפּ די זעלבע חב״דסקע טענדענץ פֿון ראַדיקאַליזם און פּירסום.

ווי געזאָגט, האָט די צעטיילונג פֿון חב״ד אויף פֿאַרשיידענע צווײַגן זיך אָנגעהויבן נאָך מיט 200 יאָר צוריק, ווען רבי אַהרן האָראָוויץ פֿון סטראַשעליע (סטאַראָסעליע), אַ שטעטל אין דער מאָלעווער גובערניע, האָט געגרינדעט אַן אייגענע ווערסיע פֿון חב״ד. זײַן זון האָט געפּרוּווט ממשיך צו זײַן דעם טאַטנס דרך, אָבער נישט געווען אַ געראָטענער רבי, דערפֿאַר איז די באַוועגונג זיך צעפֿאַלן אינמיטן דעם 19טן יאָרהונדערט. רבי אַהרן סטראַשעליערס ספֿרים שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע בײַ די הײַנטיקע „תּולדות־אַהרנער‟ חסידים — איינע פֿון די פֿרומסטע חסידישע גרופּעס אין דער וועלט, מיטן צענטער אינעם ירושלימער קוואַרטאַל מאה־שערים.

שוין כּמעט 20 יאָר בלײַבט די ליובאַוויטשער באַוועגונג אָן אַ לעבעדיקן רבין. נישט ווייניק מענטשן קאָמבינירן חב״ד־חסידות מיט דער תּורה פֿון רבי נחמן בראַצלעווער, צומאָל אויסגעמישט מיט די געדאַנקען פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק; דער עולם רופֿט אַזאַ קאָמבינאַציע „חבקוק‟.

דער באַקאַנטער ירושלימער רבֿ שלום־דובֿ וואָלפּאָ, וועלכער גלייבט, אַז דער ליובאַוויטשער רבי איז משיח, האָט מיט צוויי יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ספֿר „בין אור לחושך‟, וווּ משיחישע געדאַנקען ווערן אויסגעמישט מיט אַנטי־ציוניזם, וואָס דערמאָנט גיכער דעם נוסח פֿון די „מלאָכים‟. להיפּוך, חבֿרט זיך דער אַנטי־משיחיסטישער ליובאַוויטשער סעקס־גורו שמואל בוטח מיט די פּראָ־ישׂראלדיקע קריסטן און האָט לכּבֿוד זיי אָנגעשריבן זײַן בוך „דער כּשרער יעזוס‟.

הרבֿ דובֿ־בער פּינסאָן, האָט געשאַפֿן אין ברוקלין דעם אינסטיטוט „עיִון‟, וואָס זעט אויס ווי אַ חב״ד־ווערסיע פֿונעם קבלה־צענטער. הרבֿ מאַקס־אַריאל קאָהאַנזאַד, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון דער „קאַמפּאַניע פֿאַרן משיחישן באַוווּסטזײַן‟, לייגט פֿאָר אַן אַנדער וואַריאַציע פֿון אוניווערסאַלע קבלה־שטודיעס, אויפֿן סמך פֿון זײַנע ראַדיקאַלע נעאָ־חסידישע אינטערפּרעטאַציעס פֿונעם ליובאַוויטשער רבינס תּורה.

חב״ד איז אַ גײַסטיקע שיטה און ליובאַוויטש איז אַ באַוועגונג, אָנגעפֿירט פֿונעם ליובאַוויטשער רבין ביז זײַן טויט מיט אַ דור צוריק. ס׳זעט אויס, אַז די פֿאַרבינדונג צווישן די צוויי באַגריפֿן ווערט ווידער צעשווענקט. דער „פּאָסט־ליובאַוויטשער‟ חב״ד, זיך אַנטוויקלענדיק אָן אַ גשמיותדיקן מנהיג, לאָזט זיך נישט אַרײַנפּאַסן אין די ראַמען פֿון דער קאָנקרעטער אָרגאַניזאַציע „חב״ד־ליובאַוויטש‟. עס ווילט זיך אָבער האָפֿן, אַז די נטיה צו ראַדיקאַלע חידושדיקע געדאַנקען און מעשׂים וועט זיך אַנטפּלעקן אין „פּאָסט־ליובאַוויטש‟ אויף פּראָגרעסיווע און פּאָזיטיווע אופֿנים.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: חב״ד: נע־ונד צווישן פּראָגרעס און פֿאַשיזם, וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו און חב״ד אין ווירבל פֿון געשיכטע)